ב"ה, ימי הסליחות, ה'תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
ה' עליהם יחיו
שלום רב וברכה!
ראש השנה איז באשטימט דורך דעם בורא (באשעפער) - ניט אין דעם טאג ווען די וועלט אין אלגעמיין איז באשאפן געווארן, נאר אין דעם טאג ווען אדם הראשון - דער מענש - איז באשאפן געווארן.
די ערקלערנוג פון דעם:
מיט דער באשאפונג פון דעם מענטשן איז די גאנצע בריאה פון אלע זעקס ימי בראשית ניט נאר פארענדיגט געווארן, נאר זי איז אויך דערגענצט און פארפולקאמט געווארן.
דערמיט איז דערגרייכט געווארן די שלימות פון דער בריאה - ניט נאר מצד דעם וואס דער מענש איז די העכסטע באשעפעניש, נאר צוזאמען דערמיט אויך דערפאר וואס דער מענטש איז די באשעפעניש וואס קען און דארף און וועט, סוף כל סוף, ברענגען אלע אנדערע טיילן פון דעם באשאף צו זייער שלימות.
וואס דאס ווערט דערגרייכט ווען דער מענטש ניצט אויס און אין דער פולער מאס אלע זיינע אייגענע כוחות און אלע כוחות פון דער נאטור - סיי אין דער וועלט פון דומם (אומבאוועגלעכע זאכן: ערד, מינעראלן, אד"ג), סיי אין דער וועלט פון צומח (פלאנצן), סיי אין דער וועלט פון חי (לעבעדיגע באשעפענישן) - פאר טוב און קדושה.
ווייל דורכדעם ווערט יעדער נברא און די גאנצע בריאה אין אלגעמיין - געבראכט אין איינקלאנג מיט דעם רצון פון בורא.
* * *
די באשאפונג פונם מענטשן טיילט זיך אויס, צווישן אנדערע זאכן, ספעציעל אין דעם וואס נברא יחידי (ער איז באשאפן געווארן אן איינצעלנער), ניט ווי אנדערע באשעפענישן וועלכע זיינען באשאפן געווארן אין א גרויסער צאל.
דאס ווייזט אונז און אונטערשטרייכט, אז איין איינצעלנער מענטש האט די מעגלעכקייט צו ברענגען די גאנצע בריאה צו איר תכלית און שלימות, ווי דער ערשטער מענטש - אדם הראשון - האט עס געטאן. אדם הראשון האט באלד נאך זיין באשאפונג, דעם ערשטן ראש השנה - אויפגעפאדערט און אויסגעפירט אז אלע באשעפענישן פון דער וועלט זאלן אנערקענען די הערשאפט פון דעם באשעפער, אויסרופנדיג:
בואו נשתחוה ונכרעה, נברכה לפני ה' עושנו -
(קומט, לאמיר זיך בוקן און בויגען, לאמיר קניען פאר ג-ט אונזער באשעפער), וואס דורך נשתחווה, דורך זעלבסט-ביטול און נאר דורך דעם קען א נברא זיך פאראייניגען און פאראיינציגן מיט דעם בורא, און אזוי ארום דערגרייכן די העכסטע שלימות.
און אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, לערנען אונז, אז פון אדם הראשון לערנט מען אפ און מען ווייס בנוגע יעדער מענטשן: לפיכך נברא האדם יחידי ללמדך - נפש אחת כאילו עולם מלא.
דאס מיינט: יעדער איד, אויך אין אונזער צייט - אין וואס פאר אן ארט און צושטאנד ער זאל זיך ניט געפינען, האט ער די פולסטע מעגלעכקייט (ובמילא אויך די פליכט) שטייגן און דערגרייכן די העכסטע מדרגה פון שלימות און אויפטאן דאס זעלבע אין דעם עולם מלא - אין דעם גאנצן באשאף.
ראש השנה - דער טאג פון דער באשאפונג פון דעם ערשטן און איינצלנעם מענטשן - דערמאנט יעדן אידן וועגן דער דאזיגער פליכט.
ראש השנה - באווייזט די ניט ריכטיקייט פון די תירוצים פון די וועלכע ערפילן ניט זייער פליכט, אז ס'איז אוממעגלעך איבערצומאכן די וועלט, אדער אז זייערע עלטערן האבן זיי ניט געגעבן דעם נויטיגען חינוך און צוגרייטונג, אדער אז די וועלט איז א גרויסע און ער איז אליין איז ווי קען ער עפעס אויפטאן?
ראש השנה - גיט די כוחות אויף צו דערפילן די פליכט, ווארום אין דעם טאג ווערט די גאנצע בריאה באנייט. עס הויבט זיך אן א ניי יאהר, מיט פרישע כוחות, ווי אין דעם טאג פון ערשטן ראש השנה.
און ווי דער אינהאלט און סדר פון דער תפלה פון ראש השנה - וואס דער עצם בעטן באווייזט דאך, אז עס קען ערפילט ווערן די בקשה, און אז די תפלה קען דאס אויפטאן - אז יעדער יחיד בעט אין יעדער תפלה פון ראש השנה:
מלוך על העולם כולו . . וידע כל פעול כי אתה פעלתו - אז דעם אויבערשטענס הערשאפט זאל אנערקענט ווערן איבער דער גאנצער וועלט, ביז אז יעדער זאך וועט וויסן אז ג-ט איז זיין באשעפער.
* * *
געווען צייטן ווען דער אויבנדערמאנטער געדאנק אז איין מענש קען „איבערמאכן" די וועלט - האט ארויסגערופן ספיקות און עס האט זיך געפאדערט ברענגען אויף דעם ראיות און באווייזן א.ז.וו.
גראדע אין אונזער תקופה, דארף מען ליידער ניט זוכן א סאך ראיות צו איבערצייגען, אז ווען ניט דער אויבערשטער וואס ער איז דער מלך העולם און ה' מלך - תכון תבל בל תמוט (ער קיניגט אין א וועג, אז די וועלט איז באפעסטיגט און וועט ניט פאלן) - קען איין מענטש צעשטערן ר"ל די גאנצע וועלט.
אויב דאס איז אזוי אין דעם צד פון פארקערט פון גוט - איז דאך זיכער, אז אין צד הטוב קען איין מענטש אויפטאן פיל, פיל מער. ווארום באמת - איז דאך די בריאה גוט בפנימיות, און דערפאר מער גענויגט צו גוט ווי צום היפך.
* * *
זאל דער אויבערשטער העלפן יעדער איינער און איינע אנצונעמען אין דעם טאג פון ראש השנה פעסטע החלטות (באשלוסן) אין דעם גייסט פון ראש השנה, ווי אויבנדערמאנט; און די דאזיגע החלטות זאלן זיי מקיים זיין בפועל אלע טעג און יעדן טאג פון דעם קומענדן יאהר.
דעם נשתחווה פארן אויבערשטן, וואס דריקט זיך אויס אין אלע ענינים פון דעם טאג טעגליכן לעבן, דורך מקיים זיין די מצות פון דעם אויבערשטן, ביז אז - בכל דרכיך דעהו (אין אלע דיינע וועגען זאלסטו אים דערקענען).
און אויפטאן דאס זעלבע אין דער וועלט ארום זיך,
לויט דעם אינהאלט פון ראש השנה, וואס ער איז ניט נאר דער אנהייבס פון יאהר, נאר בעיקר - דער „ראש" (קאַָפּ) פונ'ם יאהר,
וואס אזוי ווי די קאפ פירט אן מיט יעדער אבר פון דעם גאנצן גוף, אזוי דארף דער חיות און די החלטות פון ראש השנה אנפילן און אנפירן מיט די טעג פון יאהר.
און דאמאלס איז דער גאנצער גוף - (יאהר) - א געזונטער אין אלע הינזיכטן.
בברכה לכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.
מנחם שניאורסאהן
ח'תתפו
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 438.
מכתב לר"ה תשי"ד: נדפס לעיל ח"ז אגרת ב'רלח.
מכתב לר"ה . . תשט"ז: נדפס לעיל חי"א אגרת ג'תתג.
איז דאך די בריאה גוט: נתבאר בשיחת ש"פ בראשית תשכ"ה (תו"מ - התוועדויות חמ"א ע' 183 ואילך).
די ערקלערונג: בקצרה ובאופן אחר קצת - ראה מכתב לר"ה תשי"ד, תשט"ז.
אויך דערגעצנט: בחדא"ג מהרש"א (ר"ה כז, א): כאילו לא נברא שום דבר קודם בריאת האדם. ועיין המשך זה היום דשנות תש"ד, תש"ט.
ברענגען אלע אנדערע: ראה ב"ר (פי"א, ו): כל מה שנברא כו' צריכין עשי'. בלקו"ת נשא כו, ב.
אין איינקלאנג מיט דעם רצון: ראה אבות ספ"ו. יומא לח, א.
נברא יחידי: משנה סנהדרין ספ"ד.
אדם הראשון האט: זח"ג ס"פ אמור. וראה ג"כ פדר"א פי"א.
ניט ריכטיגקייט: להעיר ג"כ מרמב"ם הל' תשובה פ"ה, וא"ו. קונטרס ומעין מי"ג ואילך.
וידע: ראה תניא ספ"ג.
כל פעול: עולם העשי' (סי' האריז"ל).
ה' מלך: אמרו אדם ביום שנברא כשהמליך אותו וכל הבריות אחריו (פדר"א פי"א).
קען איין מענש: להעיר מקידושין מ, ב.
פיל מער: ראה יומא לח, ב.
די בריאה גוט: בראשית א, לא. וראה מו"נ ח"ג פכ"ה (ופי"ג).
בכל דרכיך דעהו: ראה טושו"ע או"ח סרל"א.
„ראש" (קאפ): עטרת ראש בתחלתו.


Start a Discussion