ב"ה, ח"י כסלו, תשכ"ב
ברוקלין.
שלום וברכה!
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון יום ד' אין וועלכען איר שרייבט וועגען קביעות עתים לתורה, וואַָס איר האַָט פאַר זיך אַליין און אויך לימוד ברבים וכו' און פאַרענדיקט וועגען די שוועריקייט אין דעם לערנען תניא.
ומובנת הפליאה והתמי', וואַָס קענענדיק לערנען די שיעורים וואַָס איר דערמאַָנט אין אייער בריף, באַגעגענט איר די דערמאַָנטע שוועריקייט אין לערנען תניא, עס קען נאַָר זיין אַז דער סדר הלימוד בקדימה ואיחור, איז ניט אין דעם פאַסענדען אופן,
וואַָס אין דעם פאַל, איז דער ריכטיגער אופן, צו לערנען פריער דעם חלק ג' פון תניא, אגרת התשובה, דערנאַָך דעם צווייטען חלק, שער היחוד והאמונה, און ערשט דערנאַָך דעם חלק א' פון תניא,
אויך איז גוט בהתחלת הלימוד, צו האַָבען אַ קביעות לערנען דעם קונטרס ומעין (לכ"ק אדמו"ר - מוהרש"ב - נ"ע) וואַָס געוויס געפינט ער זיך באַ אנ"ש במחנם הט',
און ס'איז דאַָך איצטער אַ עת סגולה צו די ענינים געפינענדיג זיך ערב י"ט כסלו, יום הבשורה וחג הגאולה.
בברכה לבשו"ט בכל האמור ובברכת חג הגאולה.
להעתיקו ביאור בפירש"י ר"פ תולדות: וא"ת יצחק - „יעקב ועשו האמורים בפרשה" וקשה מאי קמ"ל. ומבארים דתולדות יצחק - מוכיחים אשר (כהמשך הפסוק) אברהם הוליד את יצחק, דהרי ממזר לא מוליד.
צע"ג בביאור זה - דלפיו דברי רש"י מיותרים לגמרי.
וע"פ פשט יש לפרשם - דכל פירש"י בר"פ הנ"ל הוא המשך אחד: א"ת יצחק (הרי הכוונה ל)יעקב ועשו האמורים בפרשה (וא"כ יוקשה המשך הכתוב) אברהם הוליד את יצחק (שאין לזה כל שייכות בסיפור ענין יעקב ועשו, והתירוץ) ע"י שכתב כו' וק"ל.
ח'רסה
דער ריכטיגער אופן: ראה גם לעיל חכ"א אגרת ח'קע ובהנסמן בהערות שם. לקמן אגרת ח'תקיא.
דהרי ממזר: ראה בעה"ט תצא כג, ב.


Start a Discussion