ב"ה, ח"י כסלו, תשכ"ב
ברוקלין.
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"א כסלו, אין וועלכען איר שרייבט פון די שוועריקייטען אין אייער איצטיקען אַָרט, און די סברא אַוועקצופאַָרען וכו',
און חאַָטש צוליב פאַרשטענדליכע טעמים האַָב איך ניט געוואַָלט דערמאַָנען דאַָס אונטען געשריבענע, אַָבער ויבאַלד איר האַָט דאַָס אַרויסגעבראַכט אין אייער בריף, האַָב איך קיין ברירה, און מוז נעמען אַ שטעלונג צו דעם, נעמליך:
ווען אפילו עס וואַָלט געווען אַ גלייכע זאַך אַוועקצופאַָרן פון אייער איצטיקען אַָרט, איז ניט פאַסיג דאַָס באַזעצען זיך אין דער שטאַָט וועגען וועלכער איר שרייבט, צוליב דעם פאַרשטאַרקען דעם שלום בית אין אַלע הינזיכטען, דאַרפמען לעבען מיטן מאַן און קינד שי' ניט נאַָהענט און אין דער זעלבער שטאַָט מיט די עלטערן שיחיו, און מ'זעהט דאַָס במוחש אין גאַָר מערסטע פאַלען, אַז עס [איז] ניט געוואונשען דאַָס, און צוליב פילע טעמים, וועלכע זיינען ניט אַָפּהיינגיג פון אייך, איז אין אייער פאַל איז דאַָס נאַָך אין אַ פיל שטאַרקערער פאַָרם.
צו דער עצם פראַגע, וואַָס איר האַָט שוועריקייטען, אין אייער איצטיקען אַָרט, איז נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז דער מוסד איז לפי ערך נאַָך אַ נייער, איז קיין וואונדער וואַָס מ'טרעפט אַָן אויף שוועריקייטען, און במילא ווירקט דאַָס אויף די באַקוועמליכקייטען אין וועלכע עס נויטיקען זיך די וועלכע זיינען אין מוסד, אַָבער ס'איז קיין ספק, אַז ווען איר און [אייער] מאַן שי' וועלען קוקען אויף דעם מוסד, און זייער אַרבעט אין עם, ניט ווי אַ גענייטע זאַך און געצוואונגענע, און ניט ווי אַ זאַך וואַָס מ'טוט דאַָס לטובת המוסד אַָדער אַנדערע טעמים, נאַָר אַז דאַָס איז אויך אייער טובה זעלבסט, וועט מען גיכער גרינגער קענען צונויפריידן זיך מיט די וועלכע האַָבן אַ שייכות צו דעם מוסד, און קענען לייכטער איינטיילען די ענינים.
ועוד ועיקר, און דאַָס איז דער הויפּט פּונקט, ווען איר וועט קוקען אויף דעם מוסד ווי געזאַָגט אויבען, איז קיין צווייפעל אַז דאַָס וועט געבען די מעגליכקייט צו וואַקסען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואַָס אין אַ צווייטען אַָרט וועט קוים זיין די ענליכע מעגליכקייט, און איינע פון די טעמים איז ווי געזאַָגט פריער, אַז דער מוסד איז נאַָך אַ נייער אין שטאַָט, און די שטאַָט האַָט פילע מעגליכקייטען אויף פערשידענע געביטען, און מיט דער געהעריגער ענערגיע ובשמחה ובטוב לבב, וועט איר האַָבען אין דעם הצלחה מופלגה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות הן לטובת הפרט להם לעצמם והן לטובת הכלל.
דאַָס אויבען געשריבענע, איז באַגרינדעט אויף ענליכע פאַרזוכן וועלכע זיינען געווען אין אַנדערע שטעט, און דער רעזולטאַט איז געווען ווי געזאַָגט אויבען, און דעריבער איז אפשר לויט אייער זעהען און אויך פון אַנדערע, ניט וויסנדיג פון די אַנדערע פאַרזוכען אַָדער נאַָר אַ אויבערפלאַכליכע ידיעה איז ניט אַזוי קלאַָהר די זאַך, אַָבער דער פאַקט איז ווי געזאַָגט אויבען.
דאַָס אַלץ געשריבענע איז נאַָר פון שכל שטאַנדפונקט און חשבונות ע"פ טבע.
אַָבער ניט ווייניגער וויכטיג איז, און אפשר נאַָך מער, דאַָס אַריינטראַכטען אין דעם אמת, אַז דאַָס איז אַרבעט אין אַ מוסד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אויף וועמענס נאַָמען ער ווערט אַָנגערופען, און אַז די אַרבעט וועט געטאַָן ווערען במסירה ונתינה וטוב לבב, וועט דאַָס צוגעבען אין דער התעוררות רחמים רבים פון דעם בעל הציון הק' וואו איר וועט דערמאַָנט ווערען לתוספת ברכה והצלחה בכל עניניהם הן הכללים והן הפרטים.
בברכה לבשו"ט בכל האמור, און מיר שטייען דאַָך ערב י"ט כסלו, אויך לבשו"ט וועגען י"ט כסלו וחנוכה הבע"ל.


Start a Discussion