ב"ה, זאת חנוכה, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו נשי ובנות חב"ד
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

ביים געזעגענען זיך - ביז איבער א יאר אי"ה - מיט דעם ליכטיגען יום טוב חנוכה, שיק איך די דאזיגע ווענדונג און דערמאנונג צו נשי ובנות חב"ד, און דורך זיי צו אלע אידישע פרויען און טעכטער, שתי', אז כאטש חנוכה ווערט געפייערט ניט מער ווי אכט טעג אין יאר, איז אבער דער אינהאלט פון חנוכה און די אפלערנונג פון נר חנוכה - גילטיג א גאנץ יאר.

דער מוסר פון צינדן חנוכה-ליכט אנטהאלט דריי יסודות'דיגע נקודות, וועלכע האבן א דירעקטע פארבינדונג מיט די פראבלעמען פון אונזער צייט, און גיבן פראקטישע אנווייזונגען:

(א) די חנוכה-ליכט (וועלכע סימבאליזירן נר מצוה ותורה אור) דארפן אנגעצונדן ווערן משתשקע החמה, נאך זון-אונטערגאנג, ווען עס איז פינסטער. דאס לערנט אונז, אז מען טאר ניט נתפעל ווערן פאר דער „פינסטערניש" און גייסטיגער ארעמקייט, ווייל אפילו א ביסעלע ליכטיקייט פון תורה און מצוות פארטרייבט א סך פינסטערניש; על אחת כמה וכמה א סך ליכטיקייט.

(ב) די חנוכה-ליכט דארפן אנגעצונדן ווערן על פתח ביתו מבחוץ - אזוי אז זייער ליכטיקייט זאל ארויסשיינען אין דרויסן. דאס לערנט אונז, אז מען טאר זיך ניט באגענוגענען דערמיט וואס בא זיך אינדערהיים איז ליכטיג און ווארעם מיט נר מצוה ותורה אור; מען מוז זיך באמיען אויך ליכטיג מאכן אין גאס און אין דער גאנצער סביבה.

(ג) די חנוכה-ליכט ווערן אנגעצונדן מוסיף והולך - מיט א ליכטעלע מער יעדע נאכט פון חנוכה. דאס לערנט אונז, אז די ארבעט צו פארשטארקן און פארשפרייטן תורה-אידישקייט דארף זיין אין א שטייגענדער מאס, און אז די דאזיגע ארבעט אנטהאלט שוין אין זיך אליין די פארזיכערונג אויף א שטייגענדעם דערפאלג.

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, אונטערשטרייכן, אז אויך די פרויען - פונקט ווי די מענער - זיינען מחוייב אין דער מצוה פון נר-חנוכה, ווייל אף הן היו באותו הנס - די פרויען האבן אויך געהאט א חלק אין דעם נס-חנוכה. דערביי ווערט ספעציעל אונטערשטראכן די מסירות-נפש פון די אידישע פרויען און טעכטער אין יענער צייט צו באשיצן די קדושה פון דער אידישער היים און האלטן ריין און אומבאפלעקט דעם כבוד פון אידישע טעכטער.

היינט-צו-טאג, נאך מער ווי ווען עס איז, דארפן אידישע פרויען און טעכטער געדיינקען די ספעציעלע פאראנטווארטלעכקייט - און אייביגען זכות - וואס די ג-טלעכע השגחה האט אויף זיי ארויפגעלעגט, און באשאנקען: פארצוזעצן און אויפצוהאלטן דעם אידישן לעבנס-וועג אויף די יסודות און טראדיציעס פון תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.

אלס עקרת-הבית איז די אידישע פרוי דער פונדאמענט פון דער אידישער היים. פון איר, אין א גאר גרויסער מאס, זיינען אפהענגיק די סאמע יסודות פון דעם אידישן קיום: טהרת המשפחה, כשרות, קדושת שבת ויום-טוב, דער חינוך הבנים והבנות - דער גאנצער איינשטעל פון דער היים און פון אלע מיטגלידער פון דער משפחה, וואס דערמיט איז פארבונדן דער אלגעמיינער המשך פון דעם אידישן לעבנס-וועג בכלל, און דער עצם קיום פון אידישן פאלק.

זאלן די חנוכה-ליכטעלעך, מיט זייער אינהאלט פון נר מצוה ותורה אור, שטענדיג - בכל יום ובכל עת ובכל שעה - שיינען אין אייך פערזענלעך און אין אייערע בני-בית שיחיו, און אלס לעבעדיגע און ליכטיגע מוסטערן אויך פאר אנדערע.

זאל די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, דורכגעדרונגען מיט חסידישער ווארמעקייט און לעבעדיקייט, אריינדרינגען אין אלע ווינקעלעך פון אייער היים, און ארויסשפּאַרן אויך אין גאס.

פארשטארקט און ברייטערט אויס אייער איבערגע[גע]בענע טעטיקייט, לויט דער אינהאלטסרייכער פראגראם פון נשי ובנות חב"ד, אין דער פולסטער מאס.

און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דאס אלעס אויבנדערמאנטע זאל דורכגעפירט ווערן מוסיף והולך, אין א שטייגענדער מאס,

און דאס זאל אריינברענגען אין אייערע היימען, בתוך כלל ישראל, דעם אויבערשטנס ברכות אויך אין א שטייגענדער מאס, אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך, בבני חיי ומזונא רויחא: אמת אידישע נחת פון קינדער שי', גוטן געזונד און פרנסה בשפע, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות בכל האמור,

מ. שניאורסאהן

ח'תשלה

נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 303 והוגהה עפ"י צילום האגרת.

דער מוסר: בהבא לקמן ראה גם לעיל אגרת ח'תשל.

חנוכה . . מוסיף והולך: שבת כא, ב.

אַ ביסעלע ליכטיקייט: ראה תניא פי"ב (יז, א).

אונזערע חכמים: שבת כג, א.