ב"ה, אדר"ח אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

מתפללי בית הכנסת אנשי ליובאוויטש בעיר פאסייעק,
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באַקומען אַ גרוס פון אייך דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה אהרן משה שי' באברויסקי, און האַָט אויך איבערגעשיקט אייער ביישטייערונג, אויף וועלכעס איז דאַָ די קבלה.

און לויט דער סדרה פון היינטיגער וואַָך, וואַָס דער אַָנהויב פון איר איז, דער אַָנזאַָג פון השי"ת, וזאת התרומה אשר תקחו מאתם זהב וגו' ווערט געבראַכט אין מדרש (תרומה פ' ל"ה) דער מאמר אמר רשב"ל לא הי' העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל המשכן, ובשביל בית המקדש.

„די וועלט איז ניט ווערט צו באַנוצען זיך מיט גאַָלד, נאַָר סאיז באַשאַפען געוואַָרען צו באַנוצען זיך דערמיט פאַרן משכן און בית המקדש" -

דער רמז - מיין דערפון איז, אַז ווען מען גיט זהב פאַר ענינים פון תורה ומצות, בריינגט דאַָס אַראַָפ זהב אין וועלט.

אַזוי זאַָל אויך זיין צו יעדערן וואַָס גיבען תרומה אויף עניני צדקה, זאַָל צוקומען אין דער ברכה פון השי"ת אין דעם וואַָס מ'גיט און אין אַלע זיינע ענינים בכלל.

בברכה לבשו"ט.