ב"ה, ד' אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה
מו"ה יעקב שי' הכהן

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' אדר א' מיט דאַָס בייגעלייגטע.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייער מוטער תחי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאַלט פון אייער שרייבען.

און ווי איר וועט באַשליסען זאַָל דאַָס זיין צום גוטען בטוב הנראה והנגלה.

ובכלל אין ענינים וואו עס רעט זיך וועגען איבערפאַָרען פון איין אַָרט אין דעם אַנדערן און אין אַזאַ עלטער, איז אויב ס'איז פראַן אַ ספק, איז שב ואל תעשה, בעסער.

אַזוי ווי היינטיגע וואַָך פרשת תרומה, הויבט מען אַָן לייענען אין דער תורה וועגען בנין המשכן (וכמאמר חז"ל מקדש גם כן איקרי משכן) וואַָס לכאורה, איז דאַָך נוגע להקב"ה, די נשמה און איר עבודה, איז צו וואַָס דאַרפמען די אַלע 13 אַָדער 15 זאַכען צום אויפשטעלן פון משכן, מ'האַָט דאַָך געקענט לערנען תורה און דאַוונען מיט גרויס כוונה אויך אין גאַָר געוויינליכע הויז, אַָדער אין אַ חצר. און על דרך זה אויך הקרבת הקרבנות, וואַָס האַָט דאַָך געקאַָנט זיין בבמה, אַ אַָרט אין מיטען פעלד אַָדער אין שטאַָט, אַָן בנינים אַרום דעם.

זעהט מען אַָבער פון דער סדרה, אַז הקב"ה וויל, אַז מען זאַָל געבען זהב כסף ונחשת וגו' און פון דעם זאַָלן מאַכען אַ כלי לו ית' און דאַָרטען זאַָל מען דאַוונען, שתפלות במקום קרבנות, און אַזוי אויך דער לימוד התורה, וואַָס איז דער קדשי קדשים [וואַָס דאַָרטען איז דאַָך ניט מער ווי ארון ולוחות וספר תורה].

און פון דעם איז אַ אַָפלערנונג אויף אַלע צייטען, אַז השם יתברך דאַרף געבן און גיט אידען זהב וכסף וכו' אום זיי זאַָלען אויספירען זיין רצון הפנימי, אַז דוקא בתחתונים זאַָל זיין דירה לו ית'.

בברכה לבשו"ט.

ח'שמט

מו"ה יעקב: כ"ץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ז'תתנה, ובהנסמן בהערות שם.

וכמאמר חז"ל: עירובין ב, א.

שתפלות: ברכות כו, א.