ב"ה, ג' אדר א', תשכ"ב
ברוקלין.
מר שמעון שי'
שלום וברכה!
נאַָך אַ גאַָר לאַנגען איבעררייס, בין איך געווען צופרידען צו באַקומען אַ גרוס פון אייך דורך הרב בעל מדות ובעל מרץ שמואל פסח שי' בוגומילסקי און אויך אייער בריף.
ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין דעם שלוס פון אייער בריף, וועגען בקרוב מקבל זיין פני משיח צדקנו, וואַָס דאַָס גיט מיר די באַגרינדעטע האַָפענונג, אַז מ'שטייט גרייט און מ'טוט אויף אַ פאַסענדען אופן צו באַגעגענען משיח צדקנו,
וואַָס ווי פאַרשטענדליך, איז משיח'ן ניט נוגע אויף אַזוי פיל, וויפיל דאַָלאַרן מ'וועט האַָבען אין טאַש, און וויפיל הייזער מ'וועט איבערלאַָזען אין גלות,
עס איז נוגע, די אידישע האַרץ און אידישע קאַָפ און הענט, אין אַנדערע ווערטער, אַז דער שכל פון קאַָפ זאַָל זיין דורכגענומען מיט לערנען תורה, אידישע האַרץ געפילען פאַר תורה און אידישקייט, און טאַָן אין דעם טאַָג טעגליכען לעבען אין דעם גייסט און לויט אַָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים.
און מ'זעהט בעשיינפערליך קלאַָהר, אַז מ'באַשליסט צו אויפפירען ווי אויבען געזאַָגט מיט אמת'ר שטאַרקייט, איז דאַָס פיל גרינגער, ווי עס האַָט זיך געדאַכט פריער.
און וואַָס נאַָך מער, אַז מ'קען טאַָן דאַָס, מיט גוטען געזונט גוטע שטימונג ובשמחה.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאַָס אַלץ אויבען געשריבענע און בעסטע גרוסן צו אַלע פריינד און גוטע פריינד במחנו הט' שליט"א.
ח'שמז
מר שמעון: אלטמן.


Start a Discussion