ב"ה, כ"ה מנ"א תשכ"ד
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה חיים יונה שי'
שלום וברכה!
נאך א ליינגערן איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון יום השני, מיט דער גוטער בשורה, אז בקרוב וועט מען מסיים זיין דעם לערנען עין יעקב ברבים, וועלכעס קומט פאַָר אין אייער הויז.
השם יתברך זאל העלפען ס'זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת בכל הפרטים, דער סיום פון עין יעקב און אויך דאס אנהויבען באלד פון דאסניי, ווי ס'פירט זיך בא אידען, שמנהג ישראל תורה הוא, שמתכיפין התחלה להשלמה.
און בפרט ווי ערקלערט אין מערערע ערטער דער פארבונד פון דעם סיום מיט דער התחלה, אויף פערשידענע אופנים, און איינער פון זיי איז:
לכאורה דארפמען פארשטיין ווי איז באמת מעגליך ערפילען די פאדערונג, אַ אמת'ן שלום צווישען מענשן, וואס אין דיעותיהם שוות וכו',
א פאדערונג מיט אזא שטארקייט, ביז אז מ'זאגט, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום.
איז אויף דעם די ערקלערונג, אז דאס ווערט ערמעגליכט דורך דעם לייענען קריאת שמע, גלייך באם אנהויב פון דעם מעת לעת, ווי די התחלה פון דער משנה, מאימתי קורין את שמע בערבית, וואס דער אינהאלט פון ק"ש איז, צו ממליך זיין הקב"ה, ביז מ'אנערקענט אז ה' אחד, אין אלע זיבען הימלען און אויף דער ערד און אויך בארבע רוחות העולם.
וואס דאס ווירקט צו אויפגעבען און איבערגעבען דעם רצון פון יעדן איינעם צו דעם רצון פון ה' אחד, וואס דענסטמאל פארשווינדעט אלעס וואס קען צוטיילען און אונטערשיידען, און עס ווערט דער אמת'ר שלום, און השם יתברך גיט זיין פולסטע ברכה, ווי מיר זאגען באם שלוס פון שמונה עשרה, ברכנו אבינו (לפי) שכולנו כאחד (זעה תניא פרק ל"ב).
און ווי ערקלערט אויספירליך אין פילע ערטער בתורתנו הק' תורת חיים און מער טיפער בפנימיות התורה, וואס אין גמרא איז דאס אגדה שבספר עין יעקב, שרוב סודות התורה גנוזים בה (עיין אגרת הקדש לרבנו הזקן סי' כ"ג).
בברכה להצלחה בכל האמור, ובפ"ש כל המשתתפים שליט"א בלימוד הכי נעלה האמור,
מ. שניאורסאהן
ח'תתעז
נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 440 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
מו"ה חיים יונה: דן, ניו הייווען.
שמנהג ישראל: נסמן בלקו"ש חכ"ב ע' 56 הערה 2.
שמתכיפין: רשות לחתן בראשית.
אין דיעותיהם שוות: ראה ברכות נח, א.
לא מצא: עוקצין בסופה.
אחד . . העולם: סמ"ק הובא בב"י או"ח סס"א. שו"ע ואדה"ז או"ח שם ס"ו.


Start a Discussion