ב"ה, ערב ימי הגאולה י"ב-י"ג תמוז, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש לחג הסיום, מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דעם חג הסיום - וואס קומט פאַָר באלד אויף מארגען נאך די ימי הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא ישראל, דער מייסד פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש אין מאנטרעאל - וועט זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון די דאזיגע באדייטונגספולע טעג.

די מסירות נפש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר פאר מוסדות התורה און פאר תלמידי הישיבות און פאר אלע ענינים פון תורה און מצוות, וואס האט געבראכט צו זיין לעבנס-געפערלעכן ארעסט, האט אויך געבראכט זיין נסים'דיגע באפרייאונג. און דאס דארף אונז שטענדיג דינען אלס דערמאנונג - וואס דארף אראפקומען אין מעשים בפועל - אז מסירת נפש פאר תורה און מצוות, ניט נאר פאר זיך נאר אויך פאר א צווייטן אידן, מוז זיגן אפילו קעגן די שטארקסטע שטערונגען; קל-וחומר ווען די שטערונגען זיינען גאר קליינע, אדער ניט מער ווי איינגעבילדעטע.

און כאטש קיינער קען זיך ניט פארגלייכן, אין כוחות און מסירות נפש, צום בעל הגאולה, דארף מען אבער אויך ניט פארגעסן, אז אלס רועה נאמן און נשיא פון אונזער דור האט דער בעל הגאולה אנגעצונדן אין יעדן איינעם פון אונז א גליענדן פונק פון מסירת נפש און צוגאב-כוחות צו קענען נאכגיין אין דעם וועג וואס ער האט פאר אונז אויסגעטראטן.

איך האף אז יעדער איינער פון די תלמידים מסיימים - וואס דער „סיום" איז ניט מער ווי א צוגרייטונג צו דער התחלה פון א העכערע מדרגה - וועט פאַָרזעצן דעם לימוד התורה, נגלה און חסידות, און קיום המצוות, מיט א פארגרעסערטע מאס מסירת נפש - מסירת הרצון - און מיט א שטייגענדער התמדה ושקידה והידור, און וועט אויך אויסניצן די פולסטע השפעה אויף אנדערע אין דער זעלבער ריכטונג.

והשם יתברך יצליחם בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות,

מ. שניאורסאהן

ח'תתנד

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 241 והושלמה עפ"י צילום האגרת.

מסירת . . הרצון: ראה תורה אור מקץ לו, ב. ועוד.