ב"ה, ל' ניסן, א' דר"ח אייר, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת „אחי-תמימים" ליובאַוויטש אין נואַרק,
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האַָב מיט פאַרגעניגען אויפגענומען די ידיעה וועגן אייער פאַרשטייענדער יערלעכער אונטערנעמונג, כ"ג אייר, הבא עלינו לטובה.

אַרויסגייענדיק פון דעם סגולה-חודש ניסן, און אַריינגייענדיק אין דעם סגולה-חודש אייר, שיק איך מיין ברכה אַז השם יתברך זאַָל באַגליקן אייער אונטערנעמונג אין ביידע הינזיכטן, מאַטעריעל און גייסטיק, וואַָס באַ אידן זיינען זיי אויסגעבונדן און פאַראייניקט צוזאַמען.

דער חודש אייר צייכנט זיך אויס דערמיט וואַָס יעדער טאַָג פון דעם חודש איז געבענטשט מיט אַ באַזונדערע מצוה, די מצוה פון ספירת העומר. אין דעם חודש איז אויך אַָנגעהויבן געוואַָרן דאַָס בויען פון דעם ערשטן בית-המקדש.

ווי ס'איז באַוואוסט, פאַרנעמען היינט די ישיבה און בית-הכנסת, וואו אידן לערנען תורה און טוען תפילה, דעם אַָרט פון דעם בית-המקדש, און ווערן אַָנגערופן „בית מקדש מעט". זייער אויפגאַבע איז די זעלבע ווי די אויפגאַבע פון בית-המקדש: אויפצוהאַלטן דעם צוזאַמענבונד פון אידן מיט זייער פאַָטער אין הימל, דורך תורה און מצוות אין טאַָג-טעגלעכן לעבן, דער שטענדיקער אומאונטערבראַָכענער אידישער לעבנס-וועג.

איר אַלע וועלכע האַָבן אַ חלק אין דעם, דורך אייער הילף צו דער ישיבה, אינוועסטירט אין באַלדיקע און אייביקע ווערטן און גונסטן.

איך האַָף אַז איר וועט דאַָס טאַָן מיט אַ ברייטער האַנט, און דאַָס וועט אייך ביישטיין געבענטשט צו ווערן פון אויבערשטן פון זיין פולער און ברייטער האַנט, אין אַלע אייערע באַדערפענישן, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה

מ. שניאורסאהן

ח'תז

חלקה נדפס בלקו"ש ח"ז ע' 303 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

ס'איז באַוואוסט: מגילה כט, א.