ב"ה, ל' ניסן, א' רח"א, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ.י.

נשי חב"ד סניף קראון-הייטס ובראנזוויל
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פאַרגעניגען איז דערהאַלטן געוואַָרן די ביישטייערונג פאַר מעות חטים בעד אה"ק ת"ו מיט דער רשימה פון די חברות תחיינה.

השי"ת זאַָל העלפן אַז דער זכות זאַָל אַלעמען ביישטיין מיט זייערע בני בית שיחיו אין אַלץ וואַָס מען נויטיקט זיך, און אַזוי ווי מצוה גוררת מצוה זאַָל די מצוה פון מעות חטים צוגעבן נייע כוחות אַָנצוגיין מיט דער טעטיקייט פון נשי חב"ד אין אַ וואַקסנדער מאַָס אין אַלע געביטן.

עס איז מערערע מאַָל אונטערשטראַָכן געוואַָרן, שריפטלעך און מינדלעך, און ספעציעל אויך אחרון של פסח צו דער סעודת משיח צדקנו, וועגן דער אחריות און גרויסן זכות פון אידישע פרויען, ניט נאַָר צו זיך און די בני-בית שיחיו, נאַָר אויך צום כלל ישראל. נשי חב"ד בפרט האַָבן דערצו אַ באַזונדערע אויפגאַבע און פליכט צו באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום מיט דער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון חסידות, דרכי החסידות און מדות חסידותיות.

דער אויבערשטער זאַָל אַלעמען, און יעדער איינער בפרט, באַגליקן במדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה כמה פעמים ככה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה.

ח'תו

אחרון של פסח . .אידישע פרויען: תו"מ - התוועדויות חל"ג ע' 366-367.

במדתו: פס"ז שמות ג, ו.