ב"ה, י"א ניסן, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ.י.

לאחינו בני ישראל בכל אתר ואתר
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

חג המצות, זמן חירותנו, דער יום-טוב פון אונזער באַפרייאונג,

אַ טייל פון תורה, וואַָס תורה מיינט דאַָך הוראה - לערנען און אַָנווייזען,

לערנט אונז און באַלייכט דעם ריכטיגן באַגריף פון פרייהייט, אַ באַגריף וואַָס ווערט אויסגעטייטשט אויף פערשידענע, אויך משונה'דיקע אופנים.

דער יום-טוב פסח איז אַ דערמאַָנונג און ערקלערונג וואַָס אמת'ע באַפרייאונג באַדייטעט - עס דאַרף זיין אַ פולשטענדיקע און גאַנצע באַפרייאונג אין אַלע דריי געביטן, פון וועלכע עס באַשטייט דער מענטש און זיין לעבן: א) דער געביט פון דער נשמה, ב) דער געביט פון דעם גוף, ג) די וועלט אַרום עם.

אין יעדערן פון די געביטן און אין זיי אַלע דריי צוזאַמען.

דאַָס מיינט, אַז אין יעדערן פון די געביטן דאַרף אַ איד זיין אמת פריי, און דאַָס דאַרף זיין אין אַ וועג, אַז עס זאַָל ניט זיין קיין מלחמה און צעשפליטערונג צווישן זיי. נאַָר אדרבה, זיי זאַָלן דערגענצען און פאַרפולקאַָמען איינער דעם צווייטן; בלויז דאַן איז דאַָס אַן אמת'ע חירות.

זעלבסטפאַרשטענדלעך איז עס אונמעגלעך, אַז די דערמאַָנטע האַרמאַָנישע און פולע פרייהייט זאַָל דערגרייכט ווערן דורכדעם וואַָס די נשמה, דער חלק אלקה ממעל ממש (דאַָס ג-טליכע אין מענטשן) וועט זיך בויגן צום גוף, און ביידע נשמה און גוף, וועלן זיך בויגן צו וועלט. דאַָס העכסטע קען ניט דינען דאַָס נידעריקערע און זיין צופרידען דערמיט. דאַָס העכסטע אין מענטשלעכן לעבן, די נשמה, וועט קיינמאַָל ניט מסכים זיין צו דערנידעריקן זיך צום גוף. דערפון פאַָלגט דער קלאַָרער אויספיר, אַז די אמת'ע פרייהייט קען דערגרייכט ווערן בלויז דאַן, ווען די נידעריקערע באַשטאַנדטיילען פון מענטשלעכן לעבן, דער גוף און די וועלט אַרום וועלן זיך דערהויבן צו דער העכסט מעגליכער פאַר זיין מדריגה פון נאַָענטקייט צו דער נשמה און אירע שטרעבונגען, און די נשמה וועט זיך אויך באַפרייען פון דעם אַלעם וואס שטערט איר אין איר דערהויבונג.

* * *

אַזוי געפינען מיר דאַָך אין גלות מצרים און יציאת מצרים.

גלות מצרים איז געווען אַ פולשטענדיקע פאַרשקלאַפונג אין די אַלע דריי אויבנדערמאַָנטע געביטן פון מענטשלעכן לעבן: (א) די גייסטיקע פאַרשקלאַפונג אין אַ לאַנד און צו אַ לאַנד פון טומאה און נידעריקסטע מאַָראַלישע געפאַלנקייט, וואַָס דערפאַר ווערט דאַָך מצרים אַָנגערופן - ערות הארץ, (ב) די ערגסטע פיזישע פאַרשקלאַפונג פון עבודת פרך, און (ג) די פולסטע באַרויבונג פון זייער חלק אין וועלט צו וועלכע זיי זיינען געווען באַרעכטיקט אַלס מענטשן בכלל, און אידן בפרט.

יציאת מצרים, די באַפרייאונג, איז אויך געווען אין אַלע דריי געביטן, און אויך אין דער פולסטער און העכסטער מאַָס: (א) צום אַלעם ערשטן - פולשטענדיגע באַפרייאונג פון דער נשמה: משכו וקחו לכם צאן ... ושחטו הפסח - נעמען שאַָף און בריינגן פון זיי דעם קרבן פסח - ניט נאַָר ניט דינען דעם אַָפגאַָט פון מצרים, נאַָר אויך עפענטליך באַווייזען זיין נישטיקייט. (ב) די פולשטענדיקע באַפרייאונג פון גוף פאַרשקלאַפונג - מ'גייט אַרויס פון מצרים ביד רמה, מיט אַן אויפגעהייבענער קאַָפ מיט געזאַנג און פאַראַד. (ג) און זייער חלק אין וועלט - מען גייט אַרויס ברכוש גדול, מיט אַ גרויסן אייגענטום.

* * *

עס זיינען דאַָ אַזוינע וואַָס ווילן זיך באַנוגענען מיט דער באַפרייאונג פון דער נשמה: ער דאַווענט, ער לערנט תורה א.אַ.וו. אַָבער אַז ער זעצט זיך עסען און טרינקען - איז ער פאַרשקלאַפט צו דער בהמה וואַָס איז אין מענטשן.

עס איז דאַָ אַ ווייטערדיקע שיטה - מען אַנערקענט אַז אויך דער גוף און זיינע באַדערפענישן דאַרפן באַפרייט ווערן און עס דאַרף זיין קענטיג אַז דאַָס עסט אַן איד -

אַָבער אַז מען גייט אַרויס פון שטוב און מען דאַרף טאַָן אין וועלט און אויפטאַָן אין וועלט, באַקומען רכוש - דאַרפ'ן זיין אַן עבד (שקלאַף) פון ארץ מצרים, וואַָרום די תורה, דעם שולחן ערוך, זיין יציאת מצרים - האַָט ער געלאַָזן און פאַרשלאַָסן אין הויז.

און דאַָס דערמאַָנט מען און מען מאַָנט באַ יעדערן: תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך - יעדער טאַָג פון זיין לעבן דאַרף אַ איד געדיינקען יציאת מצרים:

געדיינק אַז דו ביסט באַפרייט גוואַָרען - אַ באַפרייאונג פון דער נשמה, אַ באַפרייאונג פון דעם גוף, און די באַפרייטע נשמה וגוף האַָבן געמאַכט פון מצרים'שע רכוש - אַז עס איז געוואַָרען זייער רכוש גדול, אַ אידישער רכוש גדול.

* * *

איני מבקש אלא לפי כוחן - דער אויבערשטער וואַָס ער איז דאַָך דער באַשעפער פון דעם מענטשן זאַָגט, אַז דאַָס וואַָס ער בעט באַ אידן און מאַָנט פון זיי איז עס לויט זייער כח און מעגליכקייט, עס דאַרף נאַָר זיין דער פעסטער ווילן צו ערפילן דעם אויבערשטנ'ס בקשה. און דאַָס איז אויך דער וועג, דער איינציגער וועג - וואַָס פירט צו חירותנו - צו אונזער אמת'ער באַפרייאונג, באַפרייאונג פון דעם אינווייניגסטען גלות און דאַן אויך פון גלות כפשוטה - דורך משיח צדקנו.

בברכה צו אַ כשר'ן און פרייליכען פסח.

מנחם שניאורסאהן

ח'ת

נדפסה בהגדה של פסח ח"ב ע' תקצד (הוצאת תשנ"א).

תורה . . הוראה: ראה זח"ג נג, ב.

אמת'ע באַפרייאונג: להעיר משמות רבה פמ"א, ז: חירות מן גליות . . ממלאך המות . . מן היסורין. וראה ג"כ תקו"ז תנ"ו.

באַשטייט דער מענטש . . די וועלט: ראה תניא פל"ז (מח, א): וכל פרט מהם הוא כולל ושייך כו'. וראה קהלת ג, יא. זח"א קצה, ב. לקו"ת במדבר (ה, ב).

חלק . . ממש: תניא רפ"ב. וראה שם ספכ"ד: וגם בשעת החטא כו'.

גייסטיקע פאַרשקלאַפונג: ראה ז"ח ר"פ יתרו. שמ"ר פ"ג, ד.

פולסטע באַרויבונג: אפילו תבן אין ניתן (שמות ה, טז) וראה ספרי לבהעלותך (יא, ה) הובא בפירש"י שם.

משכו וקחו כו': ראה שמ"ר פט"ז, ב-ג. יחזקאל כ, ז.

געזאַנג און פאַראַד: מכילתא בשלח יד, ח.

באַקומען רכוש: ראה רמב"ם הל' דעות פ"ג ה"ב.

איני מבקש: תנחומא פנחס יד (בשינוי לשון). וראה ע"ז ג, א.

און דאַן אויך: ראה תניא פל"ז.

משיח צדקנו: כמרז"ל (מדרש תהלים סא): קראוהו במצרים ענה אותם כו' ואף עכשיו שאנו בקצה הארץ אליך אקרא - ומסיים בכתוב: ימים על ימי מלך תוסיף גו' לשלמי נדרי יום יום וביאר בתרגום פירושו - ביאת מלך המשיח.