ב"ה, י"ח ניסן, תשכ"ב
ברוקלין.
מר דוד שי'
שלום וברכה!
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון י"ב ניסן,
ות"ח פאַר די ברכה וואנשען, און ווי גערעט מערערע מאַָל איז פראַן דער שטאַרקער אַָנזאַָג אין תורה, אַז דער וואַָס בענטשט אַ אידען בענטשט עם השי"ת, כמה שכתוב ואברכה מברכיך, וברכתו של הקב"ה היא בתוספת מרובה על העיקר.
צום אינהאַלט פון אייער בריף, וועגען דער מצוה פון עלי' לרגל.
וויל איך זיין שטאַרק אין האַָפענונג, וויבאַלד אַז איר טוט שרייבט אַזוי בנוגע אַ מצוה, וואַָס פאַר אידען, וועלכע געפינען זיך אין חוץ לארץ בזמן שבית המקדש הי' קיים, און ווער רעדט אַז משחרב בית המקדש, פאַר אַלע אידען, איז די מצוה זיכער ניט מדאורייתא, איז דאַָך מכל שכן וקל וחומר אַז איר וועט טאַָן מכאן ולהבא, אַלעס וואַָס עס היינגט אַָפ פון אייך, צו מקיים זיין די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך, וכביאור חכמנו ז"ל אַז דאַָס ענטהאַלט אויך, אַזוי ווי מ'וויל טאַָן פאַר זיך, צו אויפפירען זיך אין טאַָג טעגליכען לעבען לויט די אַָנווייזונגען פון תורתנו הק' תורת חיים ובקיום מצותי' עליהם נאמר וחי בהם, דאַרפמען אויך אַזוי טאַָן, בדרכי נועם, אַז אַלע אַרום זיך זאַָלען מקיים זיין די אַלע מצות וועלכע זיינען זיכער מדאורייתא, אַלע מצות וועלכע זיינען מדרבנן, און דערנאַָך אויך צוטרייען זיי צו הידור מצוה וכו' וכו' און מיר זיינען פאַרזיכערט געוואַָרען, אַז דברים היוצאין מן הלב נכנסים אל הלב.
און לויט ווי איך האַָב געהערט, אַז אין פאַסייעק איז דאַָ פיל צו אויפטאַָן בנוגע חינוך על טהרת הקדש, וואַָס פילע קינדער האַָבען פאַָרלויפיג נאַָך ניט אַזאַ חינוך און אַזוי אויך צו אַנדערע ענינים על טהרת הקדש וכו' און איך האַָף אַז ווי געזאַָגט איר וועט טאַָן אין דעם מיט גרויס ענערגיע והשי"ת יצליחו.
בברכה לבשו"ט בכל האמור.
מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום, והנני חותם בשמו,
המזכיר
נ.ב. פאַרשטענדליך וועט מיר זיין איינגענאם צו הערען פון אייער הצלחה אין דאַָס אַלץ אויבען געזאַָגטע.
ח'תד
מר דוד: הלמן, פסייעק.
אַָנזאַָג אין תורה: ראה גם לעיל אגרת ח'תב. וש"נ.
מצוה פון עלי' לרגל: ראה גם לעיל אגרת ח'רנח, ובהנסמן בהערות שם.


Start a Discussion