ב"ה, י"ב אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף דיין בריף פון 2/15 אין וועלכען דו שרייבסט וועגען דיין משפחה, דיין אַָפשטאַם און אַז דו לערנסט אין אַ חסידות'שער ישיבה, און דער צלם אלקים איז קענטיג אויף דיין פנים [און ניט אַזוי ווי די וועלכע שעמען זיך דערמיט, און טוען פערשידענע עצות אַראַָפנעמען און באַזייטיגען דעם צלם אלקים], און פרעגסט מיין מיינונג בנוגע צו פאַָרטזעצען דעם לערנען וכו' און בפרט וואַָס אייניגע פון דער משפחה האַָבען טענות צו דיר אין דעם.

פאַרשטענדליך אַז די אַלע טענות קומען פון דעם מלך זקן וכסיל דער יצר הרע, וועלכע קריגט אויף הקב"ה תורתו ומצותיו, און וויל מאַכען פון אַ אידן, אַז דער נפש הבהמית זאַָל איבערגעוועלטיגן דעם נפש האלקית, און מאַכט אַזוי שטאַרק דעם נפש הבהמית (אַָט אַזוי ווי די וועלכע האַָבען טענות) ביז ער וויל איבערצייגען עם, אַז אַזוי דאַרף זיין א מענש. אַזוי איז געווען די הנהגה זיינע באַלד נאַָך מתן תורה, אַז דער יצר הרע האַָט איינגערעט צו מאַכען אַ עגל, און זיי זאַָלען שרייען אלה אלקיך ישראל ר"ל, און זיינע תלמידים זיינען אויך פראַן אין דעם דור.

פון דאַָס אויבען געזאַָגטע איז פאַרשטענדליך, ווי עס דאַרף זיין דיין הנהגה אויף ווייטער, ווי דו האַָסט זיך געפירט ביז איצטער, און ניט ווי דיינע קרובים וועלכע דו דערמאַָנסט, נאַָר אויפפירען זיך לויט די אַָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים און מקיים זיין אירע מצות אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם, וואַָס דאַָס איז דער אמת'ר וועג וואַָס אַ איד קען זיין גליקליך, ניט נאַָר אויף עטליכע מינוטען און אַָפגענאַרטער גליק, נאַָר אַ אמת'ר סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

בברכה לבשו"ט בכל האמור

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב. בכדי צו לייכטער מאַכען דאַָס אויבען געזאַָגטע ובפרט בנוגע דעם צלם אלקים, איז כדאי אַז יעדער טאַָג פאַרן דאַוונען זאַָסלטו געבען עטליכע סענט אויף צדקה, און נאַָכן דאַוונען אויך שבת און יום טוב זאַָסלטו אַָפהיטען צו זאַָגען דעם שיעור תהלים חדשי, ווי עס [איז] פאַרטיילט אויף די טעג פון חדש.