ב"ה, ט"ז אדר א', ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ.י.

ישיבת אחי תמימים ליובאוויטש פיטסבורג,פא.

שלום וברכה!

צו דער יערלעכער אונטערנעמונג, שיק איך מיין האַרציקע באַגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים און פריינט פון דער ליובאַוויטשער ישיבה אחי תמימים אין פיטסבורג, און דריק אויס מיין אינערלעכע האַָפנונג, אַז די אונטערנעמונג וועט מער ווי באַרעכטיקן אַלע דערוואַרטונגען.

עס איז באַקאַנט דער וואַָרט פון אַלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך, אַז „אַ איד דאַרף לעבן מיט דער צייט" - דאַָס הייסט, מיט דער צייט און מיטן גייסט פון דער פרשת השבוע. די „צייטיקייט" פון דער אונטערנעמונג ווערט אַָפגעשפיגלט אין די סדרות וועלכע ווערן געלייענט אין די דאַָזיקע וואַָכן, אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן משכן. די כוונה פון דעם משכן ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם - צו דערמעגלעכן, אַז דער אויבערשטער זאַָל מאַכן רוען זיין שכינה צווישן אַלע אידן און באַ יעדן אידן בפרט.

דער אויבערשטער איז אומעטום (מלא כל הארץ כבודו) און דאַרף ניט קיין משכן פאַר זיך אַליין; און אויב דער אויבערשטער האַָט געוואַָלט אַ משכן האַָט ער געקענט אויפשטעלן אַ משכן אַָן מענטשלעכער הילף. דער אויבערשטער האַָט אַָבער געוואַָלט, אַז יעדער איד זאַָל האַָבן אַ חלק אין משכן דורך ביישטייערן גאַָלד און זילבער אד"ג, און די אידן האַָבן פאַרשטאַנען ווי אַָפצושאַצן דעם גרויסן זכות וואַָס איז דערמיט פאַרבונדן, און האַָבן זיך אַָפגערופן מיט דער גרעסטער האַרציקייט, אַזוי אַז מען האַָט געדאַרפט אויסרופן „גענוג!"

אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, זאַָגן, אַז נאַָך דעם חורבן פון בית-המקדש, זיינען די בתי מדרשים און בתי כנסיות, וואו אידן לערנען און דאַוונען, דער „מקדש מעט". אין די דאַָזיקע הייליקע מוסדות מאַכט דער אויבערשטער רוען זיין שכינה; די עסקנים און שטיצער פון די ישיבות זיינען גלייכע שותפים מיט די תלמידים אין פאַרשפרייטן די ג-טלעכע שכינה צווישן אַלע אידן.

דעריבער איז צו האַָפן, אַז יעדער איינער און איינע וועלן זיך אַָפרופן מיט פערזענלעכער וואַרימקייט און איבערגעבנקייט לטובת דער ליובאַוויטשער ישיבה, ווי די אידן, מענער און פרויען, האַָבן זיך אַָפגערופן לטובת דעם משכן. דערמיט שאַפט מען אויך די „כלים" צו באַקומען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אַלץ וואַָס מען נויטיקט זיך, פאַר זיך און פאַר דער גאַנצער משפחה שיחיו, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה.

ח'שסד

חכמים . . זאַָגן: מגילה כט, א.