ב"ה, ג' טבת, תשכ"ב

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מו"ה חיים זוסיא שי'

שלום וברכה!

באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון כ"ה כסלו ושלאחריו.

מיר געפינען זיך דאַָך אין דעם טאַָג פון זאת חנוכה, וואַָס ווי ערקלערט אין תורת החסידות, איז אין דעם צוויי פירושים. און - פאַרטייטשען אין עבודה כפשוטה:

א) אַראַָפציהען פון דעם טיפסטען כח פון נפש (עתיק שבנפש) וואַָס דאַָס איז דער כח התענוג, ביז אַז דאַָס זאַָל ווירקען אויף מעשה בפועל, אין דער טאַָג טעגליכער אויפפירונג.

ב) אַראַָפבריינגען פון דעם אַָנפירענדען כח פון די כחות פנימים (אריך שבנפש, כח הרצון שבנפש), אַז דאַָס זאַָל דורכנעמען דעם גאַנצען מענשן און אַלע זיינע איבערלעבונגען.

אום אויפצוטאַָן ביז למעשה בפועל, וואַָס עס איז דאַָך פאַרבונדען מיט שוועריקייטען, מוז מען אַָנקומען, אַרויסבריינגען אַ טיפערן כח פון נפש האלקית, דאַגעגען צו באַוואַָרענען דעם מענש אַליין און זיינע געפילען, דאַרפמען ניט אַזאַ כח, ווי דער וועלכער דאַרף פאַרבינדען מיט דער אויסערליכען וועלט.

און לויט דעם באַוואוסטען אויסשפראַך, כל הגבוה גבוה ביותר יורד למטה מטה ביותר (דער וואַָס אַלץ העכער איז, קען גרייכען דאַָס וואַָס מער נידעריג איז).

ווי עס האַָט זיך גערעט אין דער התועדות פון שבת חנוכה, אַז אין דעם קיצור פון דעם מאמר (ברוך שעשה נסים, פ"ד) ווערט נאַָר געבראַכט דער ערשטער פירוש, וואַָס דאַָס שטרייכט אונטער דעם עיקר והתכלית.

וואַָס דאַָס איז דאַָך דער מיין פון אַ קיצור, אַז ס'בריינגט נאַָר ענינים וועלכע זיינען אַ עיקר, און ניט ביאורים והסברים.

און השי"ת זאַָל מצליח זיין, אַז יעדערער זאַָל אויספירן די הוראות פון זאת חנוכה, לויט דעם אויבען דערמאַָנטען ביאור פון תורת החסידות, אויף דעם גאַנצען קומענדען יאַָר הבא עלינו לטובה, צו מאַכען ליכטיג באַ זיך אַליין, ועל פתח ביתו, און אויך מבחוץ, (באַ זיינע בני בית און נאַָהענטע און אויך אין דער אויסערליכער וועלט).

בברכה לבשו"ט בכל האמור

מ. שניאורסאהן

ח'רצב

חלקה נדפס בלקו"ש ח"י ע' 317 והושלמה עפ"י צילום האגרת. נשלחה לאחרים, בתאריך ז' טבת.

מו"ה חיים זוסיא: ווילימובסקי. אגרות נוספות אליו - לעיל חכ"א ז'תתעט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'תכב. ח'תפג.

באַוואוסטען אויסשפּראַך: ראה גם לעיל אגרת ח'רפה. וש"נ.

מאמר . . פ"ד: דלעיל אגרת ח'רצ בהערה.