[ד' טבת תשכ"ב]
איך האַָב מיט פאַרגעניגען באַקומען די ידיעה פון הרב וו"ח אי"א עוסק בצרכי ציבור וכו' מוה"ר ... אַז איר האַָט זיך אונטערגענומען בייצושטייערן די סומע פון $1000 פאַר אַזאַ וויכטיקן צוועק ווי שיקן געוויסע פעקלעך צו אונזערע ברידער אין געוויסע לענדער, וואו אידיש לעבן איז באַזונדערס שווער, ווי הרב ... האַָט אייך זיכער דערקלערט.
די מצוה פון צדקה איז שטענדיק גרויס, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאַָגן, אַז די מצוה פון צדקה וועגט וויפל אַנדערע מצוות צוזאַמען. קען מען פאַרשטיין, ווי גרויס עס איז אַזאַ צדקה ווי די פאַר וועלכע איר האַָט זיך בייגעשטייערט, וואַָס איז הצלת נפשות אין ניט נאַָר מאַטעריעלען זין נאַָר אויך אין גייסטיקען זין.
אַזוי ווי מיר האַָבן אַקאַָרשט געהאַט דעם ליכטיקן יום-טוב חנוכה, ווען מען האַָט געצונדן די חנוכה-ליכט יעדע נאַכט אין אַ גרעסערע צאַָל, זאַָל דער אויבערשטער העלפן, אַז דער זכות פון דער גרויסער צדקה וואַָס איר האַָט בייגעשטייערט זאַָל אייך ביישטיין און אַריינברענגען ליכטיקייט און פריילעכקייט און נחת אין אייער היים און אייער משפחה, אין אַ וואַקסענדער מאַָס, איר זאַָלט אויך ווייטער קענען טאַָן צדקה און מעשים טובים אין אַ וואַקסענדער מאַָס, מיט אַ פריילעכער האַרץ און אין גוטען געזונד.
איך וועל אייך דערמאַָנען בתפילה, ווי אויך די אַנדערע מיטגלידער פון דער משפחה, לויט די פרטים וועלכער הרב ... האַָט מיר איבערגעגעבען, און איך האַָף צו הערען גוטע נייעס פון אייך שטענדיג.
ח'רצה
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 432.
חכמים . . זאַָגן: ב"ב ט, א.


Start a Discussion