ב"ה, נר א' דחנוכה, ה'תשכ"ב
ברוקלין, נ.י.
אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אַריינגייענדיק אין די ליכטיקע טעג פון חנוכה, איז איצט אַ פאַסנדע צייט אַריינצוטראַכטן זיך וואו מען האַלט אין דעם ענין פון פאַרשפרייטן די ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור אין טאַָג טעגלעכן לעבן, סיי על פתח ביתו - באַ זיך אין שטוב, סיי מבחוץ - אין דרויסן. וואַָס דאַָס איז דאַָך אייגנטלעך די „פראַקטישע" באַדייטונג פון חנוכה און נר חנוכה.
און אפילו ווען מ'קען אין פיל הינזיכטן זיין צופרידן מיט די דערגרייכונגען אין די פאַרגאַנגענע טעג און יאַָרן, איז דאַָך זיכער ניט גענוג, וואַָרום נר חנוכה לערנט אַז עס דאַרף זיין מוסיף והולך מוסיף ואור, אַז אַלע ענינים פון תורה וקדושה דאַרף מען פאַרשפרייטן און פאַרשטאַרקן אין אַ שטייגנדער מאַָס, פונקט ווי מיר צינדן אַָן די חנוכה ליכטלעך אין אַ כסדר וואַקסנדער צאַָל יעדע נאַכט פון חנוכה.
און אויב אפילו עס זיינען פאַראַן שוועריקייטן, מאַָנט דאַָך חנוכה פון אַ אידן מסירות נפש, כאַָטש די מסירות-נפש וואַָס עס ווערט געפאַָדערט היינט אין אַזאַ לאַנד ווי אַמעריקא איז גאַנץ ווייט פון די מסירות-נפש וואַָס עס האַָט זיך געפאַָדערט פון מתתיהו ובניו, און גאַנץ ווייט אפילו פון די מסירות-נפש וואַָס אידן ווייזן היינט אַרויס אין געוויסע לענדער וואו אידן און אידישקייט ווערן פאַרפאַָלגט און אונטערדריקט, רחמנא ליצלן. דאַָס מיינט אַָבער ניט אַז די געפאַר פון להשכיחם תורתך איז קלענער און ווייניקער אַקטועל אין די פרייע לענדער ווי אין די פאַרשקלאַפטע לענדער. די געפאַר פון „פרידלעכע אַסימילאַציע" איז אין פיל הינזיכטען נאַָך ערנסטער ווי די געפאַר פון „צוואַנגס-אַסימילאַציע".
דער מיטל אַָפצושטעלן און באַזייטיקן די דאַָזיגע געפאַר איז צו פאַרגרעסערן און פאַרשפרייטן דעם ישיבה-חינוך, דעם חינוך על טהרת הקדש - „חנוך-ה'".
דאַָס איז ניט בלויז אַ פראַגע פון אַריינברענגן וואַָס מער אידישע קינדער אין די ישיבות, כאַָטש יעדער אידיש קינד איז אַן עולם מלא, אַ גאַנצע וועלט פאַר זיך, דאַָס מיינט אויך, אַז יעדער איינער פון זיי דאַרף זיין אַ שיינענדע ליכט, צו פאַרשפרייטן און באַלייכטן מיט תורה-אידישקייט דעם גאַנצן אַרום. ליכטעלעך און קנויטלעך זיינען ב"ה דאַָ; מ'דאַרף בלויז צוגעבן אַ פייערל.
און דאַָס איז שטענדיק געווען די הויפט-אויפגאַבע פון די תלמידים פון די ליובאַוויטשער ישיבות - נרות להאיר, ליכטיקע ליכטלעך, ליכט וואַָס לייכטן און באַלייכטן און צינדן אַָן כסדר נייע ליכטלעך.
גלייכצייטיק מוזן אויך די בעלי-בתים פון זייער זייט, די תומכי-תמימים, די שטיצער און פריינט פון ישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש געבן און שאַפן די נויטיקע פינאַנציעלע הילף אין אַ שטייגנדער מאַָס.
די יערלעכע אונטערנעמונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש, גיט אַ מעגלעכקייט צו פאַרווירקליכן דעם אינהאַלט פון חנוכה אין אַ פראַקטישן אופן. די דאַָזיגע מעגליכקייט מיינט אַ פליכט און פאַראַנטוואַָרטלעכקייט וואַָס טאַָרן ניט דורכגעלאַָזט ווערן.
די באַטייליגונג אין דער אַרבייט פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש אַ גאַנץ יאר, און בפרט צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, אין אַ פאַרגרעסערטער און שטייגענדער מאַָס, לויט דעם אינהאַלט פון חנוכה, וועט זיכער ברענגען יעדן און יעדער איינער פון די אַנטיילנעמער דעם אויבערשטנ'ס ברכות אויך אין אַ פאַרגרעסערטער און שטייגנדער מאַָס, בגשמיות וברוחניות, פאַר זיך און זייערע בני בית שיחיו.
בכבוד ובברכה ובברכת חנוכה
מ. שניאורסאהן
ח’עדר
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 310.


Start a Discussion