ב"ה, כ"ו כסלו, תשכ"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' חנוכה, און פרעגט אַ עצה אין פאַרבינדונג מיט דעם וואַָס אייער מאַן שי' וויל בייטען די איצטיקע דירה און איר זייט געגן דעם צוליב אייניגע טעמים, וכו'

לויט מיין מיינונג, אַז נאַָכדעם ווי איר האַָט שוין געזאַָגט אייער מאַן שי' אייערע טעמים אויף ניט צו בייטען, דאַרפט איר מער ניט מישען זיך אין דעם, און דער עיקר ניט נעמען זיך צום האַרצען, ווי עס וועט גיין און עס וועט זיך אויסלאַָזען אין דעם, וואַָרום נאַָך אַלעמען ווייסט דאַָך ניט אַ מענש וואַָס בעסער איז, און נאַָכדעם ווי איר האַָט געטאַָן דאַָס וואַָס היינגט אַָפ אַָן אייך, דאַרפמען זיך פאַרלאַָזען אויף השם יתברך, אַז עס וועט זיין צום גוטען וואַָרום השי"ת גיט דאַָך אַכטונג אויף יעדערן אין דעם וואַָס מ'נויטיגט זיך.

און אַזוי ווי אין דער פאַרגאַנגענהייט האַָט זיך דאַָך אין פילע זאַכען אויסגעלאַָזען בעסער ווי מ'האַָט זיך פאַָרגעשטעלט, זאַָל אַזוי זיין אויך אין דעם.

בברכה צו אַ פרייליכען חנוכה און צו גוטע בשורות.

ח'רעז

אייער מאַן . . דירה: ראה גם לעיל ח"כ אגרת ז'תקכג, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ח'תמט.