ב"ה, א' אלול, תשי"ט
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות ורב פעלים עוסק בצ"צ
מו"ה שלמה שי'
שלום וברכה!
מיט צופרידנהייט האָב איך באַקומען אייער בריף פון ערב ראש חודש אלול הוא חודש הרחמים, אין וועלכן איר שרייבט די גוטע בשורה, אַז דעם קומענדן שבת פ' שופטים, ווערט איר אַ בן ששים.
השם יתברך זאָל העלפן, אַז לאריכות ימים ושנים טובות, זאָלט איר אָנזאָגן גוטע בשורות וועגן זיך און וועגן יעדערן פון אייער משפחה שי', גוטע בשורות אין די ענינים הגשמים און אויך גוטע בשורות אין די ענינים הרוחנים,
און ווי באוואוסט דער וואָרט פון בעל שם טוב, אויף דעם פסוק כי תראה חמור וגו' עזוב תעזוב עמו, אַז אויך מיט ענינים הגשמים קען מען און מען דאַרף דינען השם יתברך. און עבודת השם דאַרף זיין דוקא בשמחה, ובטוב לבב (זע רמב"ם סוף הלכות לולב, און אין ספר התניא אין מערערע ערטער, ווי אָנגעצייכנט אין תוכן ענינים בסופו).
און בפרט אַז די השגחה עליונה האָט אייך מצליח געווען און מזכה געווען, מיט דער השתדלות און אַרבעט אויף צו שטאַרקן און אויסברייטערן דעם „בית ליובאוויטש" אשר בק"ק לונדון, וואָס זיכער, אַזוי ווי אין אַלע גוטע זאַכן, וועט איר גיין מחיל אל חיל ומעלין בקודש, וועט דאָס נאָך צוגעבן אין די ברכות פון השם יתברך והצלחתו, אייך און יעדערן פון דער משפחה,
ובזה כמובן וגם פשוט הברכה פון דעם קאַפיטל תהלים וואָס איר וועט אָנהויבן זאָגן: שנותיו כמו דור ודור וגו' כן אזמרה שמך לעד וגו'.
בברכה לבשו"ט בכל הנ"ל ולכתיבה וחתימה טובה לו ולכל או"א מבני ביתו שיחיו בגו"ר,
מ. שניאורסאהן
ח'קצז
נדפסה בקונ' „צדי"ק למלך" ג ע' 97.
מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.



Start a Discussion