ב"ה, ה' אייר תשי"ח
ברוקלין
הוו"ח א"א נו"נ עוסק בצ"צ
בעל מדות מו"ה שלמה שי'
שלום וברכה!
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון ר"ח אייר, אין וועלכען איר שרייבט אויך וועגען אייער פרוי תחי' מרת פיילע, און בעת רצון וועט מען זי נאַָך אַמאַָל מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום געזונט בעסערונג גאַָר בקרוב, און צוזאַמען מיט איר זאַָלט איר האַָבען לאורך ימים ושנים פיל נחת, אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך שיחיו.
און בפרט לויט אייער שרייבען וועגען אייער אַָפּשטאַם, וואַָס פילע פרטים זיינען געווען פאַר מיר אַ אַָנגענאַמע נייעס, זאַָל אייך ביישטיין אין דאַָס אַלץ אויבען געזאַָגטע, און ווי באַוואוסט אויך די הודעת חז"ל זרוק חוטרא לאוירא אעיקרא קאי, און בפרט בהנוגע צו חסידותשע וואַרימקייט און לעבדיקייט, וואַָס זייערע עלטערן האַָבען באַקומען פון רבותינו נשיאינו מייסדי תורת חסידות חב"ד - איז דאַָך באַוואוסט אַז דברי צדיקים און זייערע פעולות זיינען קיימים לעד, און טוען זייער פעולה גאַָר כפשוטו - אין דעם טאַָג טעגליכען לעבען, און געוויס וועלען אַָט די פעולות נאַָך מער מוסיף אין די ברכות פון השי"ת אין דאַָס אַלץ אויבען געזאַָגטע.
המצפה לבשורות טובות וחותם בברכה בגו"ר
מ. שניאורסאהן
ערהאַלטען ניט ליינג אייערע בריף מהטבת מצב בריאותה. ות"ח ת"ח. אויך - פאַר די פוטו פון די אייניקלאך תחיינה לאויוש"ט.
ח'קנד
מצילום האגרת.
מו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.


Start a Discussion