ב"ה, ה' אלול, תשי"ז

ברוקלין.

מר נתן נטע שי'

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכן איר שרייבט וועגן דער השתדלות לחיזוק הישיבה הק' תו"ת בלוד, ולחיזוק כפר חב"ד.

השי"ת זאַָל העלפן, אַז די השתדלות זאַָל זיין בהצלחה גדולה, וואַָס דאַָס איז דער גרעסטער פאַרגעניגן פאַר דער משתדל אַז ער זעט גוטע פירות פון זיין אַָנשטריינגונג, און דאַָס וועט מוסיף זיין אין די ברכות פון השי"ת אין וואַָס מען נויטיגט זיך, ובכלל זה אַז לאריכות ימים ושנים טובות זאַָלט איר קענען טאַָן אין די אויבן געזאַָגטע ענינים אין אַלץ אַ גרעסערער מאַָס, לויט דעם אַָנזאַָג פון תורתינו הק' מעלין בקודש.

זעלבסט פאַרשטענדליך, אַז עס איז אַ גלייכע זאַך צו מודיע זיין וועגן דאַָס אויבנגעזאַָגטע, וואַָרום אַז מען פאַרשאַפט פאַרגעניגן צו אַ אידן, אפילו אַזאַ וועלכער געפינט זיך אויף דעם אַנדער זייט ים, איז דאַָס דער קיום המצוה פון ואהבת לרעך, ובפרט אַז מען זעט במוחש, אַז דאַָס אַליין וואַָס מען ווייסט אַז מען וועט נאַָך וועמען שרייבען וועגן די פעולות טובות, פאַרשטאַרקט דאַָס די פעולות און מען איז מוסיף אין זיי, וכנראה במוחש.

געוויס ווייסט איר פון די תקנה צו זאַָגן דעם שיעור תהלים חדשי ווי דער תהלים איז פאַרטיילט אויף די טעג פון חודש, יעדער טאַָג נאַָך דעם דאַוונען אין דער פרי, און אַלענפאַלס זאַָלט איר טאַָן אַזוי פון איצטער אַָן און ווייטער.

בברכת כתיבה וחתימה טובה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ח'קכז

נדפסה בקונ' „צדי"ק למלך" ג ע' 59.

מר נתן נטע: הולצמן, באר יעקב.