ב"ה, כ"ה אדר, ה'תשכ"א

ברוקלין, נ.י.

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם כינוס פון צעירי אגודת חב"ד מיד-וועסט ערב ראש חדש ניסן - ב' ניסן
ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צוויי פון די יסודות פון דעם בעל שם טוב'ס לערע, וועלכע ווערן ברייטער דערקלערט אין חסידות חב"ד, זיינען, אז יעדער פרט און געשעעניש אין מענטשלעכן לעבן איז בהשגחה פרטית, און אז פון יעדער זאך דארף מען זיך אפלערנען אן אנווייזונג אין עבודת השם.

בפרט אזא וויכטיקע געשעעניש ווי די צוזאמענקונפט פון צעירי אגודת חב"ד מיד-וועסט, און דאס וואס זי קומט פאר אין דעם יארצייט-הילולא פון כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב, דער פאטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. און - ערב ר"ח און ר"ח ניסן.

וויל איך דערמאנען אלע אנטיילנעמער פון דעם כינוס די הייליקע ווערטער פון בעל ההילולא - וואס אלע רייד פון נשיאי ישראל, בפרט די וועלכע זיינען געזאגט געווארען ברבים און זיינען געדרוקט געווארען, האבן אן אייביקע ווערט, באדייטונג און פעולה:

„דאס דארפן אלע עמים וואס זיינען על פני האדמה וויסן, אז נאר אונזערע גופים זיינען איבערגעגעבן אין גלות ושעבוד מלכיות, אבער אונזערע נשמות האט מען אין גלות ניט פארטריבן און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן. מיר דארפן זאגן גלוי לעין כל, אז וואס עס איז נוגע צו אונזער דת, תורה ומצות ומנהגי ישראל, האבן מיר אידן אויף זיך ניט קיין דעה זאגער".

דער בעל ההילולא האט די דאזיקע לעבנס-השקפה פארקערפערט און דורכגעפירט ביז אין טאג-טעגלעכן לעבן, סיי אונטער דעם צארישן רעזשים, וואס איז געווען באקאנט מיט זיינע גזירות און רדיפות אויף אידן, סיי אין די יארן פון דעם קאמוניסטישן רעזשים מיט זיין אנטי-רעליגעזע שיטה בכלל, און אנטי-אידישן דת בפרט.

דאס איז אויך דער גרונט-געדאנק פון דעם חודש ניסן, דער חודש הגאולה. בזכות דעם וואָס די אידן אין גלות מצרים - דער ערשטער גלות און פאר-טיפ פון אלע שפעטערדיקע גלות'ן - האבן ניט אנגענומען די מצרים-ענינים, זיי זיינען געווען מצויינים שם, אפגעהיט זייער אפגעזונדערקייט, אנדערשקייט און אייגנארטיקייט - איז געקומען גאולת מצרים און יציאת מצרים.

על אחת כמה וכמה אז געפינענדיק זיך אין א לאנד פון מנוחה און רעליגיעזע פרייהייט, איז אונזער פליכט און אויך אונזער זכות צו פארשטארקן און אויסברייטערן אמת'ע אידישקייט, תורה ומצות ומנהגי ישראל, באלויכטן און באלעבט, לויט די אנווייזונגען פון תורת חסידות חב"ד, און דאס הענגט אפ בלויז פון אונזער רצון.

מאזשעס (דו קענסט) עס דארף נאר זיין חאטשעש (זאלסט וועלן).

ויהי רצון, אז דער כינוס זאל דערפילן זיינע אויפגאבן בפועל ממש, און אין דער פולסטער מאס, לויט דער אינערלעכער כוונה און אפענעם אנזאג פון רבותינו נשיאינו הק', וואס זייער זכות און דער זכות הרבים וועט זיכער ביישטיין יעדן איינעם להצלחה מופלגה אין עבודת הכלל ובמילא אויך אין די אייגענע ענינים, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

צוויי פון די יסודות: ראה היום יום כ"ח חשון תש"ד. ט' אייר תש"ג.

„דאס דארפן אלע עמים כו': ראה קונטרס מאמרים, קונטרס יד, תרצ"א, ריגא.

חודש הגאולה: מדרש רבה בא פט"ו, יא.

מצויינים . . אפגעזונדערקייט כו': הגדה (ראה פי' זבח פסח). מכילתא בא יב, ו. לקח טוב שמות ו, ו. וראה ג"כ צפני' א, ח. ילקוט בלק רמז תשסח. רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק יא ה"א. סמ"ג לאוין נ'. שו"ת צמח צדק יו"ד סצ"א. ובשער המילואים בהשמטות. וש"נ.

פאר-טיפ פון אלע שפעטערדיקע גלות'ן: בראשית רבה פט"ז, ד.

מאזשעס . . חאטשעש: כידוע הסיפור בהבעש"ט ותלמידיו בזה.