ב"ה, כ' חשון, ה'תשכ"א
מאת שנה להולדת כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב)
ברוקלין, נ.י.
צו אלע פארזאמלטע בא דער יערלעכער פייערונג פון די „בית רבקה" אין מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דער ידיעה וועגן דער דינער פייערונג, דינסטאָג ג' כסלו, הבע"ל, שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אַלע אָנטיילנעמער און פריינד פון די „בית רבקה" אין מאנטרעאל שי'. השם יתברך זאָל געבן, אז די אונטערנעמונג זאָל זיין מיט גרויס דערפאָלג אין אלע הניזיכטן, צו פארשטארקן און אויסברייטערן די טעטיקייט פון די „בית רבקה" סקול אין דער געוואונשענער מאָס.
היינט, ווען דער דאָזיגער בריוו ווערט געשריבן, ווערט הונדערט יאָר פון דעם געברוטסטאָג פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב, דער פאָטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. כ"ק אדמו"ר מהורש"ב האָט געלעגט דעם יסוד פון די ברייט פארצווייגטע חינוך מוסדות וועלכע זיינען ווייטער אויסגעברייטערט געוואָרן אונטער דער נשיאות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און וועלכע האָבן געבראכט אַ גרויסע אויפלעבונג פון חינוך על טהרת הקדש אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, ביז היינט צו טאָג.
ס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכן, אז די „בית רבקה" סקולס אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, אריינגערעכנט די „בית רבקה" סקול אין מאָנטרעאל, איז פון די הויפט-זיילן פון דעם חינוך על טהרת הקדש. כ"ק אדמו"ר, מיין שווער נ"ע, דער גרינדער פון די בית רבקה סקולס, האָט שטענדיק אונטערגעשטראָכן, די העכסט וויכטיגע נויטווענדיקייט פון חינוך הבנות, צו דערציען אידישע טעכטער, די צוקינפטיגע בויערינס פון דער אידישער היים. עס איז באקאנט זיין וואָרט:
„אלץ וואָס עס איז הייליק ביים ג-טלעכן פאָלק פון אברהם, דער יסוד פון דער אידישער היים, דער אויפשטעלן און די דערציאונג פון אידישע קינדער, דאָס כשרות פון שפייז, די דערהויבנקייט ריינקייט און הייליקייט פון שבת - האָט דער אויבערשטער איבערגעגעבן און אָנפארטרויט די אידישע פרויען - אויף צו אָפהיטען און דורכפירן דאָס". (היום יום, כ"ו אד"ש, ה'תש"ג).
צו דערציען אידישע טעכטער אין דעם גייסט, דאָס איז די אויפגאבע פון די „בית רבקה", און זעלבסטפארשטענדלעך, אז דער יעניגער און די יעניגע וועלכע נעמען אן אָנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון דער „בית רבקה" אין מאָנטרעאל, ווערן שותפים אין דעם.
און דאָס וועט זיכער אריינברענגען די ג-טלעכע ברכה אין זייערע היימען צו נחת פון קינדער, געזונט און פרנסה וכל טוב.
בכבוד ובברכה.
מ. שניאורסאהן


Start a Discussion