ב"ה, כ' חשון, ה'תשכ"א
מאת שנה להולדת כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע
ברוקלין, נ.י.
אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
היינט, ווען דער דאָזיגער בריוו ווערט געשריבן, ווערט הונדערט יאָר פון דעם געבורטסטאָג פון כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע, דער גרינדער פון ישיבת תומכי-תמימים ליובאוויטש, מיט 64 יאָר צוריק.
מיט 60 יאָר צוריק, אָנהויבס פערטן יאָר פון דער ישיבה אין ליובאַוויטש, האָט כ"ק אדמו"ר מהורש"ב נ"ע, באַ דער סעודה פון שמחת תורה, געזאָגט:
איך בין מובטח - עס איז פאַראַן בטוח און מובטח, איך רעכן אַז אַלע ווייסן דעם חילוק פון בטוח ביז מובטח - איך בין מובטח, אַז די תלמידים פון תומכי תמימים וואו זיי וועלן זיין - און זיין וועלן זיי בארבע פינות העולם - וועלן זיי מיט מסירת נפש דורכפירן די כוונה העליונה פון נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים.
צו שאַפן פאַר דעם אויבערשטן אַ „דירה" אויף דער וועלט מיינט צו פאַרשפרייטן די ג-טלעכע ליכטיקייט פון תורה און מצוות און אַריינברענגען קדושה אין טאָג-טעגלעכן לעבן באַ זיך און אין דעם גאַנצן אַרום.
עס קען באַ קיינעם קיין צווייפל ניט זיין, אַז די הייליגע ווערטער פון דעם גרינדער פון די ליובאַוויטשער ישיבות זיינען פולשטענדיק מקויים געוואָרן. די תלמידים תמימים האָבן דורכגעפירט און פירן דורך זייער שליחות מיט דער גרעסטער מסירת נפש, ניט קוקנדיג אויף די שווערע איבערלעבונגען, גזירות און נסיונות וואָס אידן בכלל און די תלמידים תמימים בפרט האָבן דורכגעמאַכט אין פאָרלויף פון די אַלע דערשיטערנדיגע און אויפטרייסלענדיגע יאָרן. אין אַלע טיילן פון דער וועלט האָבן זיי געבראַכט אַ גרויסע אויפלעבונג, אידישקייט און חינוך על טהרת הקדש, און אומעטום געשאַפן אַ „דירה" פאַר דעם אויבערשטן.
און גראַדע היינט, ווען די אומזיכערע און געשאַפענע לאַגע אין דער וועלט וואַרפט אָן אַ גרויסע שרעק פון די געפערלעכע פאָרניכטונגס מיטלען וואָס די צעריסנקייט און צעשפּליטערונג פון די פעלקער קען חלילה אַרויסרופן - גראַדע היינט מער ווי פריער איז עס אַ לעבנס-פראַגע צו שאַפן אַ „דירה" פאַר דעם אויבערשטן, מלך שהשלום שלו, דער אמת'ער הערשער פון דער וועלט, דער בעל-הבית פון שלום, דורך דער פאַרשפּרייטונג פון תורה און מצוות וועלכע ברענגען שלום, דורך תלמידים תמימים, וואָס תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם.
די אַלע וועלכע נעמען אַן אָנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאַוויטש, אַ גאַנץ יאָר, און בפרט צו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, האָבן אַן אייביקן זכות און שאַפן די צנורות וכלים פאַר דעם אויבערשטנ'ס ברכות, בפרט די ברכה פון אמת'ן שלום, וואָס איז די כלי פאַר אַלע ברכות, בגשמיות וברוחניות, פאַר זיך און זייערע בני בית שיחיו.
בכבוד ובברכה.
מנחם שניאורסאהן
ז'תעב
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 490.
געזאָגט: ראה לקו"ד ח"ד ע' 1568.


Start a Discussion