ב"ה, ל' תשרי, א' דר"ח מרחשון, ה'תש"כ
ברוקלין, נ.י.
צו די פרויען אָפטיילונגען פאַר די „בית רבקה" סקולס,
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
עס האָט מיר געפרייט צו הערען וועגען די יערלעכע אונטערנעמונגען פון די פאַרשידענע אָפטיילונגען - קראון-הייטס, איסט ניו-יאָרק און בראָנזוויל, וועסט-סייד - וועלכע קומען פאָר היינט און אין די קומענדיגע טעג פון דעם חודש. עס איז ספעציעל צופרידענשטעלענד, וואָס באַלד נאָך דעם יום-טוב'דיגען חודש תשרי, אין דעם ערשטן „וואָכעדיגען" חודש פון יאָר - מרחשון - האָבן די פרויען גרופען באַנייט זייער טעטיגקייט פאַר די „בית רבקה" סקולס, אָן צייט פאַרלוסט. דאָס גיט מיר אויך די האָפנונג, אַז די דאָזיגע וויכטיגע און הייליגע אַרבייט וועט געטאָן ווערען אונטער דער פולער השפעה און אויפוואַכונג פון דעם חודש תשרי, וואָס אַלס ערשטער חודש פון יאָר לעגט ער דעם שטעמפעל אויף אַ גאַנץ יאָר. בפרט, אַז די הייליגע טעג פון חודש תשרי האָבען ספעציעלע אָנווייזונגען פאַר אידישע פרויען און מאַמעס.
ס'איז דאָך ידוע, אַז חכמינו זכרונם לברכה האָבען מסדר געווען די קריאת התורה און הפטרות, אַזוי אַז דאָס וואָס מיר לייענען אין דער תורה און אין די נביאים זאָל אָפשפיגלען דעם אינהאַלט פון די הייליגע טעג און זייערע אָנווייזונגען אין טאָג-טעגלעכן לעבען.
אין די ערשטע טעג פון יאָר - אין די טעג פון ראש השנה - לייענען מיר אין דער תורה וועגען דעם געבורט פון דעם ערשטן אידישען קינד וואָס איז געבאָרען געוואָרען אַלס איד, פון אידישע עלטערען, און וועגען דעם מסירות נפש פון אידישע עלטערען פאַר דער דערציאונג פון אַ קינד. דאָס איז אויך דער אינהאַלט פון דער הפטורה פון דעם ערשטן טאָג ראש השנה, וועגען נאָך אַ אידישע מאַמע - חנה, און דעם געבורט פון אַ אידיש קינד - שמואל - און איר מסירות נפש, איבערגעבענדיג איר איינציגען קינד צו אַ ג-טלעכער דערציאונג. אויך אין דער הפטורה פון דעם צווייטען טאָג ראש-השנה, וואו מיר בעטען דעם אויבערשטען אַרויסנעמען די אידען פון גלות, ווערט געזאָגט, אַז דאָס וואָס עס דערוועקט די ג-טלעכע רחמנות איז „רחל מבכה על בני'" - די מוטער רחל באַוויינט דעם גורל פון אירע קינדער.
די לערע דערפון - וואָס דאַרף דינען אַלס יסוד פאַר אַ גאַנץ יאָר - איז, צו וויסן, אַז אַ אידיש קינד, פון געבורט אָן, געהערט צום אויבערשטן, אַז אידישע עלטערען, און מאַמעס בפרט, דאַרפען זיך מוסר נפש [זיין] פאַר דעם חינוך הכשר פון זייערע קינדער, און אַז חינוך הכשר על טהרת הקדש איז דער יסוד פון דער גאולה השלימה, בב"א.
און דאָס איז דאָך די אַרבייט פון די פרויען הילפס-גרופען פאַר די בית רבקה סקולס, און דער גרעסטער זכות אויף בריינגען אמתען גליק פאַר יעדער איינער בפרט, זיי און זייערע פאַמיליעס, מאַטעריעל און גייסטיג.
בברכה ולהצלחה אין דער אַרבייט.


Start a Discussion