ב"ה, ב' מ"ח, תש"כ
ברוקלין.
נשי חב"ד הצעירות, סניף מאנטרעאל,
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון אדר"ח מ"ח, געשריבען דורך הרבנית מרת פייגעלשטאָק תחי', אין וועלכען איר שרייבט די פלענער אויף די קומענדע וואָכען, און דער עיקר וועגען אַ קאָנווענשאָן.
אַזוי ווי עס שטייט, ותשועה ברוב יועץ, וואָלט גלייך געווען אַז דאָס זאָל באַהאַנדעלט ווערען און ענטשיידען ווערען באַ אַ ברייטערער אסיפה פון נשי ובנות חב"ד, די וועלכע קענען די איינצעלהייטען וועלכעס איז אַ עיקר צו וויסען זיי בהנוגע אַ קאָנווענשאָן, און זיכער וועט אויך אויסגעאַרבעט ווערען אַ פלאַן, ווי צוגרייטען אַזוי אַז עס זאָל באַזוכט ווערען ווי געהעריג.
און השם יתברך זאָל העלפען, אַז די באַשלוסען זאָל זיין אין אַ גוטער גליקליכער שעה און אין בעסטען אופן צו אויסברייטערן די העכסט וויכטיגע אַרבעט פון נשי ובנות חב"ד, סיי בכמות (מער צאָל) און סיי באיכות (קוואַנטיטע) וזכות הרבים מסייעתם.
און אַז מ'איז זיך משתדל אין אַזאַ אַרבעט מיט אַ געהעריגער צוגרייטונג, זעהט מען אַז ס'איז פראַן מערערע כחות און די שטערונגען זיינען פיל ווייניגער ווי מ'האָט זיך פאָרגעשטעלט, און ווי ערקלערט אין מיין מכתב כללי צו ראש השנה פון דעם יאָר.
בברכה צו גוטע בשורות אין דאָס אויבען געזאָגטע און צו אַ גוטען אָנהויב אויף דעם קומענדען יאָר צו אַרבעטן מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.
בברכת הצלחה.


Start a Discussion