ב"ה, ה' אדר, תשי"ח
ברוקלין.
נשי ובנות חב"ד סניף ברידזשפארט,
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
איך בין געווען צופרידען צו באקומען דעם בריף וועגן דער גרינדונג פון אייער ברענטש נשי ובנות חב"ד, און זיכער וועט די ארבעט פון די אנדערע אפטיילונגען ווייזען אייך די וועג ווי צו פראָגרעסירען אויך אין אייער ארבעט, און השם יתברך זאָל העלפען עס זאל זיין מיט פיל הצלחה אין אלע הינזיכטען, און דער עיקר אויף צו אויסברייטערען די ארבעט אין אלץ גרעסערע און ברייטערע קרייזען פון אידישע נשי ובנות פון ברידזשפארט. און ווי באוואוסט דער וואָרט פון רבנו הזקן, אז חסידות (חב"ד) איז א ענין ניט נאר פאר א געוויסען טייל פון אידען, נאר דאס איז דער אייגענטום פון אלע אידען.
און אזוי ווי מיר זיינען אריינגעקומען אין דעם חדש אדר, אין וועלכען עס איז דער נס פון פורים, אין וועלכעס אסתר המלכה אלס אידישע טאכטער האט בייגעטראגען מיט איר מסירות נפש צו דעם פערפאלקאָמען פון דעם נס פורים, אזוי זאָלען אויך די אידישע טעכטער פון היינט, אנערקענען אין דער פולסטער מאס זייערע מעגליכקייטען און פאראנטווארטליכקייט, וואס דאס וועט זיכער בריינגען אויך צום פארשטארקען און פארגרעסערן די ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין אלע הינזיכטען.
בברכת הצלחה.
נ.ב.
בייגעלייגט איז דאָ אַ קאָפּיע פון לעצטן מכתב כללי צו די סניפים פון נשי ובנות חב"ד.
ו'צב
נשי ובנות חב"ד: נוסח דומה לכמה סניפים.
גרינדונג: ראה לעיל אגרת ו'מז.


Start a Discussion