[ו' אדר, תשי"ח]
אין ענטפער אויף דיין בריוו פון ד' אדר, אין וועלכען דו שרייבסט, אַז דו קענסט ניט אויך איצטער זאגען באשטימט אבער וכו',
וויבאלד אז עס איז דאָ אַ מעגליכקייט אז איר זאלט זיך נאך אמאל טרעפען, דארפמען זעהן - וואס פאר א ווירקונג וועט דאס האבען. וואס דענסטמאל וועסט דו קענען קלאהר מאכען דיינע געפילען, און נאכדעם באשליסען. און ווי געשריבען אין מיין פריערדיקען בריף - השם יתברך זאל דיר פירען אין דער וועג וואס גוט פאר דיר איז בגשמיות וברוחניות בטוב הנראה והנגלה.
ו'צה
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 458.


Start a Discussion