ב"ה, ה' שבט, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה!

...בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם תוכן פון אייער שרייבען און געוויס איז איבעריג אויפמערקזאם מאכען, אז וואָס אלץ מער מ'גיט צו אין ענינים פון תורה ומצות, די אלע פאראינטערעסירטע אין דעם ענין, איז השם יתברך מוסיף אין זיינע ברכות אין דעם וואָס מ'נויטיגט זיך.

חאטש ס'איז ניט באקוועם צו שרייבען דאָס ווייטערדיקע, דאָך געפין איך פאר מיין חוב ניט צו אויסמיידען דאָס, אז מערערע מאָל, זיינען אזעלכע פאלען בא קינדער, רעזולטאט פון דעם וואָס די עלטערן האָבען זיינער צייט (ד.ה. ווען די מוטער האט פארשווענגערט מיט דעם קינד) ניט געווען אפגעהיט ווי געהעריג אין די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויב אין דעם פאל איז דאָס ח"ו אויך געווען אזוי, איז זעלבסט פארשטענדליך ווען מען וויל באזייטיגען דאָס געשעהענע, מוז מען צוערשט גוט מאכען דאָס וואָס פאראורזאכט אזא געשעהעניש, און חאטש לכאורה איז דאָך דאָס שוין אזאך פון עבר, אבער ווי באוואוסט איז די אנווייזונג פון תורתנו הק' אין לך דבר העומד בפני התשובה האט מען צו דעם אויך געגעבען א עצה, אז די תשובה דארף זיין א גרעסערע, דאָס מיינט אז עס דארף זיין א דאָפעלטע אז זיי אליין (די עלטערען) זאָלען שטריינג אָפהיטען להבא די חוקי ודיני טהרת המשפחה און אז זיי זאָלען אויך איינווירקען אויף אנדערע אויף וויפיל עס איז נאר אין זייער מעגליכקייט צו פארשפרייטען די ענינים פון טהרת המשפחה, און דענסטמאל איז על דרך ווי דער לשון המדרש הידוע, אתה הצלת נפש וכו' אז השם יתברך וועט זעהען, אז דורך זיי זיינען געראטעוועט געוואָרען פילע קינדער פון דער זאך, (דורכן אפהיטען טהרת המשפחה פון זייערע עלטערען) וועט דאָס בריינגען א תרופה מיט אלע תוצאות צו זייער קינד. און השי"ת זאָל העלפען איר זאָלט געפינען די פאסענדע ווערטער בדברים היוצאים מן הלב באופן עס זאָל בריינגען לפועל.

בברכה לבשו"ט.

נ.ב.

בהזדמנות זו אעוררו על שמירת שלשת השיעורים דחומש תהילים ותניא הידועים, שכ"פ שמענו מכ"ק מו"ח אדמו"ר, ששוים הם כל נפש וסגולה לכו"כ ענינים.