ב"ה, ד' כסלו, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
נאך א לאנגען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען דיין בריף פון ב' כסלו, אין וועלכע איר שרייבט פון דער בעסערונג אין דעם מצב הגשמי און אויך פון די שיעורים וואָס איר האָט אין תורה, וואס ליידער זיינען זיי פאָרלויפיג נאך ניט אין דער פולסטער מאס ווי זיי וואלטען באדארף זיין, אבער איר האפט דאס צו גוט מאכען.
אָבער עס ווערט ערקלערט בארוכה אין פילע ספרים, אז דער ענין פון תלמוד תורה, איז ניט שייך צו אויספילען דאָס פארפעלטע, אין דער צוקונפט, וויילע יעדער טאג, וויפיל מען זאָל אין עם לערנען, איז דאָס נאָר גענוגענד פאר דעם טאָג אליין, במילא איז ניט פראן אין דעם קיין איבעריגע מינוט, מיט וועלכער מען זאָל קענען פארגיטיגען דעם חסרון פון עבר, אויך איז באוואוסט דער פירוש רז"ל וועלכען רש"י בריינגט אויף דעם פסוק אם בחקותי תלכו, שתהיו עמלים בתורה וכו' ונתתי גשמיכם בעתם וגו' און די אלע ברכות וועלכע ווערען דארט געזאָגט, וואָס פון דעם איז פשוט פארשטענדליך, אז עס האט קיין ארט ניט צו זאָגען, ווען די פרנסה וועט ווערען בעסער, וועט מען קובע זיין א שיעור לתורה, ווארום אדרבה, די בעסערונג פון פרנסה קען קומען און צוגעאיילט ווערען גראדע דורך שיעורים בתורה, און דאס וואס די פרנסה איז נאך פארלויפיג ניט ווי געהעריג, איז דאָס גאָר א צוגאב סיבה, אז מען זאָל מוסיף זיין אין תורה ומצות, און חאטש דער לימוד קען ענטהאלטען אין זיך א ענין פון לא לשמה, איז דאך ידוע דער מרז"ל לעולם ילמוד אדם וכו' שמתוך שלא לשמה בא לשמה.
וואס איר שרייבט אז איר האט חברותא נאר אמאל אין וואָך, האָף איך אז בא אנשטריינגונג קען מען געפינען א עצה אויך צו דעם, און ביז דאן, דארפמען לפחות לערנען ביחידות, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
און אין צוזאמענהאנג מיט'ן אנקומען פון יום הבהיר חג הגאולה י"ט כסלו, איז דאָ בייגעלייגט א חוברת פון פרשת החג י"ט כסלו און זיכער וועט איר באקענען מיט איר אינהאלט, די אלע מיט וועלכע איר קומט אין בארירונג.
בברכה לבשו"ט,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר


Start a Discussion