ב"ה, ד' כסלו, תשי"ח

ברוקלין.

ברכה ושלום!

...איר שרייבט וועגען דעם פאָרען אייערען אין אַמעריקא, און פרעגט בהנוגע דעם פאָרען מיט אַ אידישער שיף, וועלכע איז אין וועג אויך שבת.

לויט ווי ערקלערט בפרטיות אין אייניגע פון מיינע בריף וועגען דעם ענין אויף דעם גרונד ווי שיפען ווערען געפירט אין אונזער צייט, איז ניטאָ קיין ספק אַז דער פאָרען מיט אַזאַ שיף, - א אידישע שיף וועלכע באוועגט זיך אויך אום שבת - איז אַ זיכערער איסור פון חילול שבת, און ווייל עס פאָרען דאָך מיט איר, מערערע מענטשן - איז דאָס חילול שבת בפרהסיא. דאָס איז אויך געמיינט, ווען אפילו די שיף פאָרט ארויס אין אנהויב וואך, דאַן איז אויך דער דין אזוי.

זיכער איז איבעריג צו באַטאָנען די גרויסקייט פון שמירת שבת, און די מורא'דיקייט פון חילול שבת בכלל, און בפרט חילול שבת בפרהסיא, איך וויל נאך צוגעבן, אַז ליידער געפינען זיך אזעלכע וועלכע ווילען בארעכטיגען דעם חילול שבת בפרהסיא דורך דעם פאָרען מיט אזעלכע שיפען, ווייל דורך דעם וועלען אידען, די בעלי בתים פון די שיפען האבען פארדינסט, און בפרט אז די בעלי בתים זיינען דאך פון ארץ ישראל, וועט דאך צוקומען פארדינסט אין ארץ ישראל.

און ווי דרך אגב, די זעלבע טענה מיט וועלכער מען קען פאדערן און מען פאדערט אז אלע פאבריקען אין ארץ ישראל זאלען ארבעטען שבת, און אז די פעלדער דארפען בעאַרבעט ווערען שבת, וואָרום דורך שבת וועט פארגרעסערט ווערען די הכנסה פון ארץ ישראל, און די הכנסה וועט העלפען די אידען דאָרטען. און נאך פיל מער ווי דורך דעם חילול שבת פון די שיפען - ווייל די הכנסה איז דאך פיל פיל גרעסער.

בא דעם אלעם פארגעסט מען אז השי"ת האט אנגעזאגט בתורתו הק', אַז פון חילול שבת געשעפטן, איז ניט נאָר וואָס עס קען ניט צוקומען נוצען פאר ארץ ישראל, נאָר, לויט דעם אויסשפראַך פון רז"ל (שבת קי"ט ע"ב) איז לא חרבה ירושלים אלא בשביל שחיללו בה את השבת. און די וואס ווילען העלפען ארץ ישראל דורך געלט וואס קומט פון חילול שבת, איז דאס ווי מען זאָל לעשען פייער מיט קעראסין אדער נאַפט, ר"ל.

גרויס איז די פינסטערניש פון גלות ובלבול המוחות, אז עס געפינען זיך אזעלכע וואס רופען אָן די לעצטע בשם אוהבי ישראל, כאָטש דער בורא עולם ומנהיגו זאָגט, אַז זיי מאכען חרוב ארץ ישראל, און די וועלכע האלטען זיך אָן בתורתנו תורת חיים, וואס נאר זי האַלט אויף, גיט חיים און קדושה אין ארץ ישראל, ווערען געזידעלט, פאַרוואָס ווילען זיי ניט מ'זאָל ארבעטען שבת אין די פאבריקן און מ'זאל ניט בעארבעטן די פעלדער אום שבת, און פארוואס ווילען זיי ניט, אז די שיפען פון די אידישע אייגענטימער, זאָלען מחלל שבת זיין בפרהסיא לעיני כל העמים.

אויב אין אלע אומשטענדען מוז א איד מקיים זיין תורה ומצות אין דער פולסטער מאָס, איז דאָס נאָך מער נויטיג, ווען מען דארף א ספעציעלע ברכה פון השם יתברך. און דעריבער בין איך זיכער, אַז, בהנוגע צו אייער געזונט וועגען וועלכען איר שרייבט, איז דאס וואס אייער פארען וועט זיין באופן פון שמירת שבת כהלכתה, ניט ח"ו דורך חילול שבת בפרהסיא, ר"ל, וואס שבת שקולה כנגד כל המצות, וועט דער זכות ביישטיין אייך צו געזונט בעסערונג אין גיכען, לרפואה קרובה ולרפואה שלימה.

בברכה לבשו"ט

ה'תתצח

נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 643.

אין אייניגע פון מיינע בריף: ראה לעיל חט"ו אגרת ה'תקלד, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'י. ו'פט. ו'צז. ו'קכא. ו'קמא.