א

אין היינטיקער סדרה1 ווערט דערציילט ווי יוסף האָט אַוועקגעשטעלט זיינע צוויי זין, אפרים ומנשה, פאַר יעקב׳ן, אַז ער זאָל זיי בענטשן. האָט יעקב אַרויפגעלייגט זיין רעכטע האַנט אויף אפרים׳ען, און זיין לינקע האַנט אויף מנשה׳ן. ווען יוסף האָט דאָס דערזען, איז "וירע בעיניו גו׳ ויאמר יוסף אל אביו לא כן אבי כי זה (מנשה) הבכור שים ימינך על ראשו". האָט יעקב געענטפערט "ידעתי בני ידעתי גם הוא גו׳ ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו גו׳ וישם את אפרים לפני מנשה".

דאַרף מען פאַרשטיין: דאָס וואָס אַ בכור באַקומט אַ גרעסערע ברכה ווי אַלע אַנדערע קינדער, איז עס דערפאַר וואָס אַ בכור האָט אין זיך אַ מעלה וחשיבות לגבי די אַנדערע קינדער2. היינט וויבאַלד אַז אפרים איז גרעסער במעלה ווי מנשה3 ("אחיו הקטן יגדל ממנו"), פאַרוואָס־זשע איז מלמעלה אויסגעשטעלט געוואָרן אַז מנשה זאָל זיין דער בכור לגבי אפרים?

איז דערפון געדרונגען, אַז טראָץ דעם וואָס "אחיו הקטן יגדל ממנו גו' ", איז אָבער דאָ אַ מעלה אין מנשה לגבי אפרים, און מצד אָט דער מעלה איז ער דער בכור יוסף;

נאָר בשייכות צו ברכת יעקב איז וויכטיק דער ענין אין וועלכן אפרים איז העכער פון מנשה, און דעריבער – "וישם את אפרים לפני מנשה".

ב

נאָך אַן ענין אין דעם:

ווי גערעדט מערערע מאָל, איז ביי צדיקים – ובפרט ביי די אבות ושבטים – ניט שייך קיין טעות ח״ו; ובפרט זייערע ענינים וועלכע שטייען אין תורת אמת, זיינען זיי אַוודאי ענינים אמיתיים4 ונצחיים5, און ווייל תורה איז (מלשון) הוראהה* – איז עס אויך אַ הוראה נצחית פאַר יעדן אידן בכל הדורות.

דערפון איז מובן, אַז יוסף׳ס טענה "כי זה הבכור שים ימינך על ראשו" (פון מנשה) איז ניט געווען ווייל ער האָט געהאַט אַ טעות ח״ו און האָט ניט געוואוסט אַז "אחיו הקטן יגדל ממנו", נאָר ווייל ער האָט געהאַלטן אַז די מעלה פון מנשה [וואָס מצד איר איז "זה הבכור" (כנ״ל סעיף א׳)] וועגט איבער די מעלה פון אפרים׳ען.

דאָס הייסט, אַז ביידע ענינים – סיי דאָס וואָס יוסף האט געהאַלטן אַז די מעלה פון מנשה׳ן איז העכער, און סיי יעקב׳ס שיטה אַז אפרים איז העכער – זיינען אמת: מצד ענינו (ועבודתו) של יוסף איז מנשה העכער6, און מצד ענינו (ועבודתו) של יעקב איז אפרים העכער.

און דערפאַר זעט מען, אַז בנוגע צו "וליוסף יולד שני בנים" איז "הבכור מנשה", וואָס אין אַ בכור שטייט דער כח האב מער ווי אין די אַנדערע קינדער7; משא״כ אין זייער יחס צו יעקב׳ן – "שני בניך גו׳ לי הם (ובסדר:) אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי״8 – אפרים9 פאַר מנשה׳ן, ער איז "כראובן" בכור יעקב10.

ג

דעם חילוק צווישן מנשה און אפרים – און אויך ווי דער עילוי פון מנשה איז שייך צו יוסף׳ן און פון אפרים – צו (ברכת) יעקב – וועט מען פאַרשטיין פון דעם אונטערשייד אין זייערע נעמען:

ביידע נעמען – "מנשה" על שם "כי נשני אלקים את כל עמלי ואת כל בית אבי"11 און "אפרים" על שם "כי הפרני אלקים בארץ עניי״12 – דריקן אויס די געפילן וואָס די ירידה אין מצרים האָט אַרויסגערופן ביי יוסף׳ן, נאָר יעדער נאָמען אין אַ פאַרקערטן קצה:

דער נאָמען "מנשה" דערמאָנט יוסף׳ן אַז "נשני גו׳ בית אבי" (אַז ער געפינט זיך אין אַן אָרט וואָס מאַכט אַוועקשפּרינגען פון13 (פאַרגעסן) "בית אבי"), דריקט אויס זיין תשוקה14 (ניט צו פאַרגעסן, נאָר) צו זיין פאַרבונדן מיט "בית אבי״; דאַקעגן ״אפרים״ – "הפרני אלקים בארץ עניי" איז אַ שבח והודאה אויף דעם עילוי ויתרון ("הפרני") וואָס איז ביי אים געוואָרן אין מצרים.

די צוויי ענינים זיינען פאַרבונדן מיט די צוויי אופנים15 אין דער עבודה פון אַ אידן "בארץ עניי", אין גלות:

איין אופן איז: ער האָרעוועט אויף ניט צו באַווירקט ווערן פון דער סביבה, דורך בלייבן צוגעבונדן מיט "בית אבי" (דער מצב ווי ער איז געווען פאַר דער ירידה אין גלות); ער דערמאָנט זיך כסדר אַז ער געפינט זיך אין אַ מצב וואָס מאַכט פאַרגעסן ״בית אבי״ – און דאָס פּועל׳ט אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן.

אַ צווייטער אופן איז: ער איז (און זיין עבודה איז) אין "ארץ עניי", אין דעם חושך הגלות – ביז אין אַן אופן, אַז ביי אים איז ניטאָ (אויף אַזויפיל) דער זכרון פון ״בית אבי״ – און דאָרטן האָרעוועט ער (צו באַלייכטן דעם חושך הגלות מיטן אור הקדושה; און דורכדעם ווערט אויפגעטאָן אַן עילוי ויתרון אויך אין דעם אדם העובד) ביז אַז – "הפרני אלקים (דוקא) בארץ עניי".

ד

דאָס איז דער טעם פאַרוואָס אפרים איז – "יגדל ממנו" (פון מנשה׳ן), ווייל דער תכלית העילוי פון דער ירידה אין מצרים (און גלות בכלל) איז ירידה צורך עלי׳, העכער ווי קודם הירידה, (ניט נאָר דער ניט־פאַרגעסן "בית אבי", נאָר (בעיקר) צו אויפטאָן אין גלות), אַז עס זאָל צוקומען אַ יתרון דורך דער ירידה – ״הפרני אלקים בארץ עניי".

לאידך איז מנשה דער בכור. ווייל אין "לידה"16 (והתגלות), דאָס הייסט אין עבודה בגלוי ובפועל – קומט מנשה פריער ווי אפרים: איידער מען קען אויפטאָן אין "ארץ עניי" (אַז עס זאָל זיין ״הפרני אלקים״) – עשה טוב17, מוז מען זיך פריער באַוואָרענען אַז מען זאָל ניט באַווירקט ווערן פון דעם חושך הגלות – סור מרע17 – דורך שטענדיק געדענקען (און זיין פאַרבונדן מיט) "בית אבי".

וויבאַלד אָבער אַז די כוונה איז די עלי׳ – אפרים, דעריבער איז אין ברכת יעקב18 – די ברכה ונתינת כח מלמעלה19 אויף דער עבודה דגלות – איז אפרים חשוב׳ר, "וישם את אפרים לפני מנשה".

ה

אַ טיפערע הסברה אין דעם:

אין דעם עילוי ויתרון וואָס טוט זיך אויף אין אַ אידן דורך דער עבודה אין (חושך ה)גלות, זיינען פאַראַן כמה ענינים:

א) די ירידה רופט אַרויס דעם תוקף הנשמה ניט צו באַווירקט ווערן פון דעם חושך הגלות. בדוגמא ווי אַ מנגד דוקא רופט אַרויס מדת הנצחון20. וע״ד מש״נ: צמאה לך נפשי גו׳ (ווייל ער איז) בארץ צי׳ גו׳ (והלואי זאָל זיין) כן בקודש חזיתיך21.

ב) טיפער דערפון: דורך אַ ירידה גדולה ברענגט זיך אַרויס דער טיפערער תוקף פון נשמה, וואָס האָט ניט קיינע הגבלות, וואָס מצד דעם האָט ער בכח [ניט נאָר צו בלייבן גאַנץ אַז דער גלות פּועל׳ט ניט קיין ירידה אין אים, נאָר אדרבה] צו ווירקן אויף זיין אַרום און אים אויפהויבן צו זיין דרגא, ביז צו מהפך זיין דעם חושך הגלות לאור.

אָבער די צוויי ענינים זיינען נאָר אַן עילוי ויתרון וואָס קומט אין דער נשמה מצד עצמה, ס׳איז בלויז וואָס אָט דער עילוי (וואָס איז דאָ אין נשמה) ווערט אַנטפּלעקט דוקא דורך דער עבודה אין גלות.

עם קומט אָבער צו אין דער נשמה (מצד איר עבודה אין גלות) נאָך אַ העכערער ענין:

ג) דורך דעם וואָס מען מאַכט איבער דעם חושך הגלות לאור ווערט אויפגעטאָן אין דער נשמה אַ יתרון וואָס איז ניטאָ אין איר מצד עצמה – בדוגמת הבעל תשובה וועלכער האָט אויך זכיות וועלכע זיינען געוואָרן מזדונות, משא״כ באַ אַ צדיק22.

ו

דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק צווישן מנשה און אפרים:

ביידע זיינען קינדער פון יוסף, זיי ברענגען אַרויס זיין ענין – "יוסף" על שם "יוסף ה׳ לי בן אחר"23, דאָס מיינט די הוספה וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה אין גלות (מאַכן פון "אחר" – סט״א – אַ "בן"24); נאָר אין דעם גופא זיינען פאַראַן די צוויי דרגות25:

״מנשה״ – דער תוקף הזכרון פון ״בית אבי״ (כנ״ל) – דער תוקף הנשמה וואָס איז נתגלה געוואָרן ביי יוסף׳ן דורך זיין עבודה אין מצרים; "אפרים" ווייזט אָבער אויפן יתרון האור וואָס איז נמשך געוואָרן ״מן החושך״ עצמו – "הפרני אלקים (דוקא) בארץ עניי".

און היות אַז דער העכסטער עילוי איז דער יתרון, וואָס ווערט נמשך מן החושך עצמו – דעריבער איז אפרים העכער פון מנשה.

ז

לויט דעם ווערט אָבער שווערער צו פאַרשטיין די שייכות פון מנשה צו יוסף און אפרים צו יעקב. דלכאורה, ע״פ הנ״ל האָט געדאַרפט זיין פאַרקערט:

"מנשה", וואָס קומט דערמאָנען אויף ״בית אבי״ (כנ״ל) – דאַרף האָבן מער שייכות צו יעקב׳ן, און אפרים – "הפרני אלקים בארץ עניי״ – דאַרף זיין שייך צו יוסף׳ן, צו דער הוספה וואָס קומט צו דורך דער עבודה פון "יוסף ה׳ לי בן אחר״כה*?

וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדם הביאור אין פסוק8 "ועתה שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים עד בואי אליך מצרימה לי הם אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי״ – וואָס דאָ איז ניט פאַרשטאַנדיק26:

לכאורה וואָלט געווען גענוג צו זאָגן בקיצור "ועתה שני בניך אפרים ומנשה לי הם כראובן ושמעון יהיו לי". וואָס איז די אריכות אין פסוק "הנולדים לך בארץ מצרים עד בואי אליך מצרימה״?

וי״ל, אַז דאָס איז ניט בלויז אַ סימן וועלכע פון די בני יוסף גייען אַריין במנין השבטים – נאָר דאָס איז (אויך) אַ טעם והסברה, פאַרוואָס זיי זיינען שייך צו יעקב׳ן ("לי הם"): מצד דעם וואָס זיי זיינען געבאָרן געוואָרן צו יוסף׳ן "בארץ מצרים״, און דערצו נאָך – "עד בואי אליך מצרימה״, איז דערפאַר – "לי הם".

בפשטות: דורך דעם וואָס חאָטש זיי זיינען געבאָרן געוואָרן אין מצרים און זיך אויפגעהאָדעוועט אין אַ סביבה וואו יעקב האָט זיך ניט געפונען, און פונדעסטוועגן האָבן זיי זיך געפירט ווי יעקב׳ס איינעקלעך איז לי הם – אין דעם דריקט זיך אויס די אמת׳ע שלימות פון יעקב27.

ח

עפ״ז וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס אין דעם ענין האָט יעקב מקדים געווען אפרים׳ען פאַר מנשה׳ן (כנ״ל סעיף ב׳):

וויבאַלד אַז מנשה ווייזט ווי ס׳ווערט ניט נפסק דער זכרון און די שייכות צו "בית אבי" (כנ״ל בארוכה), קומט אויס, אַז מצד דעם אופן העבודה איז ניטאָ דער אמת׳ער מצב פון "עד בואי אליך מצרימה״ – ווייל ס׳איז כסדר פאַראַן (דער זכרון פון) "בית אבי";

דער אמיתית המצב פון "עד בואי אליך מצרימה" איז אין אופן העבודה פון אפרים, וואָס באַווייזט אַז מ׳געפינט זיך "בארץ עניי", עס זעט זיך ניט אָן (בחיצוניות) זיין פאַרבונד מיט יעקב ("בית אבי") – און פונדעסטוועגן איז ער עובד עבודתו באופן אַז עס איז אין אים ניכר אַז ער איז יעקב׳ס אַן אייניקל.

ט

עס איז מבואר אין חסידות28, אַז יעקב איז מדת האמת וואָס איז מבריח מן הקצה אל הקצה29, פון דעם קצה הכי עליון ביז דעם קצה הכי תחתון; און בפועל פירט זיך דאָס אויס דורך יוסף׳ן – ווייל יעקב (מצד עצמו) איז מדריגתו אין אצילות, העכער פון עולמות בי״ע, און יוסף טראָגט אַראָפּ מדריגת יעקב (אצילות) אין עולמות בי״ע, ביז אין עוה״ז התחתון (קצה הכי תחתון),

[וואָס דאָס איז דער טעם פנימי וואָס דורך יוסף׳ן איז געווען די ירידה פון יעקב׳ן אין מצרים – מצרים וגבולים (עולמות בי״ע)].

און אַזוי אויך בנוגע דעם קצה העליון: דוקא דורך אתהפכא חשוכא (פון עולמות בי״ע) לנהורא – "יוסף ה׳ לי בן אחר״ – ווערט דער יתרון האור מן החשך, העכער פון אצילות (מדריגת יעקב מצד עצמו)30.

דערמיט איז מען אויך מבאר31 פאַרוואָס די זיבעצן יאָר וואָס יעקב איז געווען אין מצרים זיינען געווען זיינע בעסטע יאָרן – "ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה״32. ווייל דוקא דורך דער ירידה אין מצרים איז ער צוגעקומען צו זיין שלימות, מבריח מן הקצה (הכי עליון) אל הקצה (הכי תחתון).

י

וויבאַלד אַז אפרים ומנשה פאַרנעמען מקום יוסף אין מנין השבטים – איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי זיינען אַ "מעין" פון "(תולדות יעקב) יוסף"33, אויף צו אַראָפּטראָגן עניני יעקב אין ארמ״צ – און אין דעם איז דאָ אין זיי אַן אויפטו לגבי יוסף:

ביי יוסף׳ן, אויך ווי ער קומט אַראָפּ אין מצרים (עולמות בי״ע), איז מאיר מדריגת יעקב – אצילות – בגילוי. און וויבאַלד אַז אין זיין עבודה לייכט בגילוי די השפעה פון יעקב, וואָס איז העכער פון מצרים (בי״ע)34, כנ״ל – איז מלכתחילה ניטאָ קיין אָרט אויפן העלם והסתר פון מצרים, אדרבה – ער איז שולט אויף מצרים;

קומט אויס, אַז מצד עבודת יוסף איז נאָך ניט געווען די אמת׳ע ירידה (און די עבודה) אין דעם חושך פון מצרים ממש [קצה הכי תחתון] – ווי דער חושך איז אַ מנגד צום אור הקדושה,

[ע״ד ווי עס איז געווען אין פשטות, אַז כל זמן יוסף האָט געלעבט האָט ניט געקענט זיין קיין גזירות אויף אידן, ס׳איז כאילו ווי מ׳איז נאָך ניט אַראָפּ אין מצרים; ערשט ווען "מת יוסף" איז "כאילו אותו היום נכנסו למצרים"לד*];

דוקא דורך "שני בניך הנולדים לך בארמ״צ עד בואי אליך מצרימה״ – די עבודה אין אַן אָרט וואו עס זעט זיך ניט אָן (מדריגת) יעקב, אין דעם חושך פון מצרים וואָס איז מעלים ומסתיר ומנגד צו קדושה – טוט זיך אויף די שלימות פון יעקב, שמבריח מן הקצה (הכי עליון) אל הקצה (הכי תחתון)35.

יא

די דריי אופנים הנ״ל – (א) יעקב, וואָס מצד עצמו איז ער העכער פון מצרים, (ב) יוסף, וואָס באַלייכט מצרים מיט דער השפעה פון יעקב; (ג) בני יוסף, וואָס דערלאַנגען אין דעם חושך פון מצרים ווי ער איז מצד עצמו – זיינען מתאים, בכללות, צו די דריי ענינים הנ״ל (סעיף ה׳) אין דעם יתרון וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דער ירידה אין גלות:

אין דעם ערשטן ענין – אַז מצד דעם תוקף הנשמה שלמעלה קען דער גלות ניט פּועל׳ן קיין ירידה אין דער נשמה (אָבער עס ווערט ניט איבערגעמאַכט דער חושך הגלות גופא) – קומט אויס, אַז ס׳איז כאילו ווי מען בלייבט בהבדלה, העכער פון גלות [בדוגמא צו יעקב׳ן36, וואם מצ״ע איז ער העכער פון יורד זיין אין מצרים37];

דער צווייטער ענין – אַז לגבי דעם תוקף הנשמה איז ניט שייך קיין מנגד ובמילא ווערט אויך דער חושך הגלות נהפך לאור – איז בדוגמא צו עבודת יוסף38, וואָס טראָגט אַראָפּ מדריגת יעקב אין מצרים, און די אתהפכא חשוכא לנהורא ווערט מצד דעם גילוי פון אצילות (יעקב)39 אין בי״ע (מצרים).

און דער יתרון האור וואָס ווערט נמשך פון דעם חושך גופא – ווערט אויפגעטאָן (בעיקר40) דורך דער עבודה אין דעם חושך פון מצרים וואו עס זעט זיך ניט אָן די השפעה פון יעקב39 – "בניך הנולדים לך בארמ״צ עד בואי אליך גו׳".

יב

ע״פ כהנ״ל וועט מען פאַרשטיין די שייכות פון מנשה צו יוסף (וואָס דערפאַר איז ער בכור יוסף), און אפרים צו יעקבמ*:

וויבאַלד אַז ענינו של מנשה איז צו מגלה זיין דעם זכרון פון "בית אבי" (און דורך דעם איז ער מהפך דעם חושך פון מצרים) – איז דאָס בדוגמת41 עבודת יוסף וואָס טראָגט אַראָפּ (בגילוי) עניני יעקב אין בי״ע און דורכדעם ווערט די אתהפכא.

די שלימות פון יעקב איז אָבער דוקא אין דעם יתרון האור מן החושך עצמו וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך אפריםמא* – "הפרני אלקים בארץ עניי".

יג

אידן ווערן אָנגערופן על שם יוסף – נוהג כצאן יוסף42. איז דערפון מובן, אַז ביי יעדער אידן דאַרפן זיין ביידע עבודות, סיי פון מנשה סיי פון אפרים43:

צום אַלעם ערשטן דאַרף זיך אַ איד ווינטשן און גלוסטן צו זיין אין "בית אבי" – צו זיין אין אַ מצב וואָס איז העכער פון גלות; זיין אַראָפּנידערן אין העלם העולם (בכדי צו מברר זיין דעם גלות) דאַרף זיין ווייל "אנוס על פי הדבור"44; ובמילא, ווי נאָר ער ענדיקט זיין שליחות אין דעם גלות־אָרט וואו די השגחה עליונה האָט אים געשיקט – "אַנטלויפט" ער גלייך אין אַן אָרט וואו ער קען זיך אָפּגעבן אינגאַנצן נאָר מיט עניני קדושה, תורה ועבודה45.

לאידך דאַרף מען אָבער וויסן, אַז כל זמן ער איז אין זיין שליחות אין גלות, טאָר ער זיך ניט באַנוגענען מיט דער עבודה פון מנשה – צו באַוואָרענען (נאָר) זיך אַז ער זאָל ניט פאַרגעסן "בית אבי" און ניט באַווירקט ווערן פון דער סביבה –

די עבודה איז אַ הכנה צום תכלית המכוון, אַז עס זאָל זיין "הפרני אלקים בארץ עניי״46 – באַלייכטן דעם חושך הגלות מיט נר מצוה ותורה אור, ביז צו מהפך זיין דעם חושך הגלות לאור, ולילה כיום יאיר47.

(משיחת ש״פ ויחי תש"ל)