א

בשייכות צום פסוק1 "בשנת שש מאות שנה לחיי נח וגו׳ נבקעו כל מעיינות תהום רבה (וארובות השמים נפתחו)", שטייט אין זהר2: "ובשית מאה שנין לשתיתאה יתפתחון תרעי דחכמתא לעילא ומבועי דחכמתא לתתא ויתתקן עלמא לאעלא בשביעאה כו' " – אַז אין די יאָרן פון שש מאות שנה פונעם אלף הששי וועלן זיך עפענען די שערי החכמה למעלה און די מעיינות החכמה למטה און די וועלט וועט נתתקן ווערן אויף צו קענען אַריינקומען אין דעם אלף השביעי.

דער פּירוש פון די צוויי ענינים "תרעי דחכמתא לעילא, ומבועי דחכמתא לתתא" [וועלכע זיינען מרומז אין פסוק הנ״ל3: "נבקעו כל מעיינות תהום רבה (מבועי דחכמתא לתתא) וארובות השמים נפתחו (תרעי דחכמתא לעילא)"] איז: "חכמתא לעילא" מיינט חכמת התורה, און ״חכמתא לתתא״ – חכמות העולם4;

און ווי מיר זעען טאַקע, אַז אין דעם זמן הנ״ל איז געווען אַ התגלות יתירה אין חכמת התורה, פון פנימיות התורה5

ווי באַוואוסט דער מאמר הצ״צ6, אַז דער קץ דביאת המשיח אויף שנת תר״ח, איז געווען דאָס וואָס עס האָט זיך אין יענעם יאָר אָפּגעדרוקט דער לקו״ת [ווייל דער אויפטו פון ביאת המשיח איז וואָס דאַמאָלס וועט זיין "מלאה הארץ דעה את ה׳ גו׳"7]; און מיט עטלעכע יאָר פריער האָט זיך אָפּגעדרוקט דער תו״א (אין יאָר תקצ״ז8) – וואָס דוקא ווען דער לימוד (פון פּנימיות התורה) איז אין אַזאַ אופן, ווערט דער "יתפרנסון"9 (פון ספרא דילך) און "יפוצו"10 פון די מעיינות הבעש״ט, וואָס זיין התגלות איז געווען11 אַרום שנת ת״ק12,

און אַזוי האָט זיך דאַן אויך אָנגעהויבן אַ התפּתחות יתירה אין די חכמות העולם.

דאַרף מען פארשטיין: בשלמא דאָס וואָס די התגלות פון פּנימיות התורה איז אַ הכנה "לאעלא בשביעאה", איז מובן. ווייל היות אַז אין ימות המשיח וועט זיך אויפטאָן דער ענין פון "מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים", איז מתאים, אַז פאַר דעם זמן, אַלס הכנה13 דערצו, זאָל זיין דער גילוי פון פּנימיות התורה וואָס איז אַ "מעין״ פון תורתו של משיח; אָבער וואָס פאַר אַ שייכות האָט די התפּתחות והתגלות פון די חכמות העולם מיט "לאעלא בשביעאה״?

נאָכמער: פון דעם וואָס דער זהר ברענגט ביידע זאַכן בחדא מחתא איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן אַ צוזאַמענהאַנג צווישן זיך – אַז דאָס גופא וואָס עס האָט זיך דעמאָלט אָנגעהויבן אַ נייע התגלות אין חכמת התורה (אַלס הכנה צו ימות המשיח) איז "גורם" התפּתחות פון חכמות העולם – דאַרף מען פאַרשטיין: אין וואָס באַשטייט דער קישור צווישן זיי, וויבאַלד אַז חכמות העולם זיינען אָן אַן ערך נידעריקער (לתתא) פון חכמת התורה14 (לעילא) ובפרט פּנימיות התורה?

ב

די גאַנצע וועלט, מיט אַלץ וואָס געפינט זיך אין איר, איז באַשאַפן געוואָרן "בשביל התורה ובשביל ישראל"15 וכל מה שברא הקב״ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו*טו – איז פון דעם פאַרשטאַנדיק, אַז דער תכלית ושלימות הכוונה פון יעדער באַשאַפענער זאַך איז אין דעם וואָס זי ווערט אויסגענוצט, דורך אידן, אין עבודת ה׳.

און אַזוי איז עס אויך בנוגע צו די חכמות העולם16, אַז די כוונה אין דער התפּתחות פון די חכמות העולם איז (בלשון התניא17) "להשתמש בהן לעבודת ה׳ או לתורתו".

[וויבאַלד אָבער אַז לאו כל מוחא סביל דא, און ווי דער אַלטער רבי איז דאָרט מסיים "וזהו טעמו של הרמב״ם והרמב״ן ז"ל וסיעתן שעסקו בהן" איז דעריבער, איז עס שייך נאָר צו יחידי סגולה מסוג הנ״ל, און דער וואָס איז ניט שייך דערצו, איז עס, אדרבה, "מלביש ומטמא בחי׳ חב״ד שבנפשו האלקית"18].

ג

דערביי מוז מען באוואָרענען, כאָטש, אייגענטליך, איז עס זעלבסטפאַרשטענדליך: כהנ״ל האָט קיין שייכות ניט צו דער פראַגע פון לערנען אין קאַלעדזש אָדער אוניווערסיטעט וכיו״ב, וואָס דאָרט איז דער איסור חמור וסכנה (וחמירא סכנתא מאיסורא*יח) – וואָס דער גאַנצער אויר והשקפה פון די דל״ת אמות (אין די מוסדות בדורותנו אלה) דורכגענומען מיט כפירה בהשגחה פרטית פון דעם אויבערשטן, ניטאָ קיין זאַך אָדער כח וואָס קען זיך אַריינמישן אין הנהגות העולם וחוקיו (ביז אַז דאָס ווערט אָנגענומען אַלס אַ זעלבסטפאַרשטענדליכקייט (וואָס אין צריכה ראי׳) און אַלס אַ יסוד צום גאַנצן שטודירן, וועלכן מען דאַרף גאָרניט דערמאָנען בפירוש) – אין דעם גרעסטן טייל פון זיי ווערן געלערנט לימודי מינות, אמונות עבודה זרה19 וכו'.

וברובם ככולם – זיינען ניטאָ גדרי הבושה וצניעות, ביז אַז מען איז מלעיג און מ׳פּראַוועט ליצנות פון די וואָס רעכענען זיך דערמיט, ואדרבה כל הפּרוץ יותר – נעלה יותר וכו'.

וכמפורסם דער מצב האיום בזה אין די קעמפּוסעס, דאָרמיטאָריס, מקומות הטיול וכו' – ואין להאריך בדבר המבהיל בכלל, און במדה האיומה כנ״ל בפרט.

די "טענה" המפורסמת אַז עם (אָדער זי) וועט עס ניט שאַטן און ער וועט ביישטיין דעם נסיון א.ז.וו. – איז אויך מפורסם דער איינפאַכער ענטפער, אַז אַ צדיק גמור אפילו דעם לעצטן טאָג פון זיין 120־טן יאָר לעבן עלי אדמות ובתחלת היום און פאַר זיינע תפלות בעט דעם אויבערשטן "אל תביאנו לידי נסיון"*יט. ויש להאריך כו״כ ואכ״מ.

ד

וויבאַלד אַז דער זהר פאַרבינדט די התפּתחות פון די חכמות העולם מיט דער הכנה "לאעלא בשביעאה", איז מובן, אַז די תועלת פון אָט די חכמות אין עבודת ה׳ דריקט זיך אויס אין אַן ענין וואָס איז אַ הכנה פון דעם אויפטו וואָס וועט זיין בימות המשיח.

פון די ענינים עיקריים, וואָס וועלן זיך אויפטאָן בימות המשיח, איז דער יעוד20 "ונגלה כבוד ה׳ וראו כל בשר יחדיו כי פּי ה׳ דבר", דהיינו, אַז דער גילוי אלקות דלעתיד וועט זיין ניט נאָר אין אַן אופן, כנ״ל, פון "מלאה הארץ דעה את ה׳ גו׳", נאָר אויך אין אַן אופן פון "וראו כל בשר", אַז דער בשר הגשמי וועט זען דעם "פּי ה׳ דבר";

ד.ה. עס וועט זיין ניט בלויז אַ ראי׳ "בעין השכל הרוחני", נאָר אויך (ווי דער מיטעלער רבי איז מאריך) אַ "ראי׳ גשמית בעין הגשמי"; און נאָכמער: פון דעם וואָס עס שטייט ״וראו כל בשר״ – ניט "וראו כל עיני בשר" [ע״ד "ותחזינה עינינו״21] – איז משמע, אַז ניט נאָר דער "עין הגשמי", נאָר אויך דער בשר הגשמי גופא וועט דערזען "כי פי ה׳ דבר".

און דאָס איז די שייכות צווישן דער התפּתחות פון די חכמות העולם מיט דער הכנה ״לאעלא בשביעאה״ – ווייל דאָס וואָס מ׳נוצט אויס די חכמות העולם "לעבודת ה׳ או לתורתו", העלפט אַרויס אינעם מכין זיין זיך צו אַ "מעין" פון ״וראו כל בשר״ – אַ ראי׳ גשמית ומוחשית – אין עניני עבודת ה׳.

ה

אַ דוגמא לדבר: איינער פון די "טבע״־כוחות, וואָס איז (געווען מששת ימי בראשית בכל תקפו – אָבער מענטשן האָבן ניט געוואוסט פון עם, און ער איז) אַנטדעקט און אַנטוויקלט געוואָרן אין די לעצטע יאָרן, איז דער וואָס דערמעגלעכט, אַז דער קול פון אַ מענטשן וואָס רעדט אין אַ באַשטימטן אָרט זאָל תיכף ומיד דערהערט ווערן בריחוק מקום, ביז אין קצוי ארץ לבנה וכו׳ [דורך אַ "טעלעפאָן" אָדער, נאָכמער22, דורך "ראַדיאָ"]

און אַזוי, לעצטנס, אויך: זען עם וכל תנועותיו וכו'.

און דער אויפטו אין וועלט – די מעגלעכקייט צו הערן כל הגה והגה פון אַ מענטשן, באותו רגע ממש, בכל קצוי תבל און זעען עם וכו׳ גיט אַ ציור מוחשי אין דעם ענין פון, להבדיל "עין רואה ואוזן שומעת"23. ואדרבא: מה־דאָך אַז דער "אוזן" שלמטה קען באַלד דערהערן [און עד״ז דער "עין" שלמטה – דורך התפּתחות פון אַן אַנדער כח טבעי – קען דערזען] וואָס ס׳טוט זיך בקצוי תבל – עאכו״כ בנוגע כביכול צו דעם "אוזן" [און "עין"] שלמעלה ("הנוטע אוזן הלא ישמע אם יוצר עין הלא יביט"24), אַז אין דעם זיינען ניטאָ קיינע הגבלות ח״ו; און דאָס אַלץ וואָס אַ מענטש טוט, אפילו בחדרי חדרים, איז – באותו רגע ממש – דער "עין רואה ואוזן שומעת (ובמילא) וכל מעשיך בספר נכתבים".

און וויבאַלד אַז ביי אים איז דאָ אַ דוגמא מוחשית25 אין דעם ענין, וועט די התבוננות זיינע, אינעם ענין פון "והנה ה׳ נצב עליו כו׳ ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי"26, זיין ניט נאָר בדרך השגה פון אַ שכל עיוני [וואָס ניט אַלעמאָל האָט עס אַ פולע ווירקונג אויף אַ מענטשן], נאָר אין אַן אופן וואָס איז נעענטער צו די הרגשים גשמיים דהאדם און במילא מער פּועל27 זיין אויף זיינע מדות שבלב ביז אויף מחשבה דבור ומעשה.

ו

הגם אז אַלע עניני העולם זיינען באַשאַפן געוואָרן "בשביל התורה ובשביל ישראל", פונדעסטוועגן געפינען מיר, אַז חז״ל טיילן אויס געוויסע זאַכן דורך מדגיש זיין, אַז זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן נאָר צוליב זייער נוצן אויף אַ באַשטימטן ענין פון תומ״צ; ולדוגמא: "לא הי׳ העולם ראוי להשתמש בזהב ולמה נברא בשביל המשכן ובשביל ביהמ״ק"28.

דער חילוק צווישן די אויסגעטיילטע זאַכן און אַלע אַנדערע באַשאַפענע זאַכן איז: ביי די אַנדערע עניני הבריאה, הגם אַז אויך זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן נאָר "בשביל התורה ובשביל ישראל", קען אָבער כוונת בריאתם דורכגעפירט ווערן אויך ווען מען נוצט זיי לפּועל אויף עניני העולם (אויף דברי רשות כו׳), נאָר וואָס פון דעם גופא נעמט מען ארויס (שפּעטער) אַ תועלת אין עבודת ה׳.

דאַקעגן ביי "זהב" לדוגמא, ווערט געזאָגט אַז "לא הי׳ העולם ראוי להשתמש בזהב", אַז דאָס נוצן "זהב" אויף וועלטלעכע הצטרכות׳ן איז אַ ירידה פאַר דעם זהב – ווייל דער גאַנצער טעם פון זיין באַשאַפן ווערן איז נאָר מ׳זאָל עס נוצן דורכאויס אויף צרכי המשכן והמקדש [עס איז מערניט וואָס היות אַז עס דאַרף זיין בחירה חפשית פון אַ מענטשן, דעריבער, האָט דער אויבערשטער באַשאַפן דעם זהב אין אַן אופן אַז מ׳קען עס נוצן29 אויך ניט "בשביל המשכן ובשביל ביהמ״ק"].

און אַזוי איז עס אויך בנוגע לעניננו: וויבאַלד אַז דער זהר פאַרבינדט די התפּתחות פון חכמות העולם מיט דער התגלות פון (פּנימיות) התורה און מיט "לאעלא בשביעאה" – איז דאָס גופא אַ באַווייז, אַז דאָס איז די גאַנצע כוונה30 פון זייער התפּתחות [דאָס וואָס מ׳קען נוצן די תועלת פון די חכמות אויף אַנדערע ענינים, איז עס נאָר מצד דעם טעם פון בחירה חפשית, כנ״ל].

ד.ה. אַז מיט דעם אַליין, וואָס מ׳קען פון די חכמות העולם אַרויסקריגן אַ תועלת אין עבודת ה׳ (ע״ד הנ״ל סעיף ד׳) פירט זיך נאָך ניט אויס דער אמת׳ער תכלית פון זייער התפּתחות (ווייל דערמיט זיינען זיי אַליין ניט מער ווי אַן ענין פון רשות (עולם) פון וועלכן מ׳באַקומט אַ געוויסע תועלת אין עניני עבודת ה׳).

די אמיתית הכוונה פון זייער התפתחות איז, ווען מ׳נוצט די חכמות העולם עצמן פאַר אַן ענין פון תומ״צ; און נאָכמער: וויבאַלד דער זהר איז מקשר זייער התפתחות מיט דעם זמן התגלות פון פּנימיות התורה, דאַרף מען זאָגן, אַז דער עיקר המכוון איז צו נוצן זיי פאַר דער התגלות און הפצה פון פּנימיות התורה.

ז

ווי גערעדט פריער (סעיף ד'), באַשטייט אַ חידוש וואָס וועט זיך אויפטאָן בימות המשיח, אין צוויי ענינים: "מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים", און דאָס גופא אין אַן אופן פון "וראו כל בשר גו׳"; און כעין זה איז אויך דער אויפטו און מכוון אין נוצן די חכמות העולם אויף דער הפצה פון, להבדיל, פּנימיות התורה (וואָס איז כנ״ל אַ ״מעין״ פון תורתו של משיח) – ווייל דורכדעם איז דער גילוי פון פּנימיות התורה אַלס הכנה צו תורתו של משיח אין אַן אופן (עכ״פּ אַ "מעין") פון די צוויי ענינים הנ״ל ("מלאה הארץ גו' ", "וראו כל בשר גו' ").

אַ דוגמא לדבר: בשעת מען נוצט אַ "ראַדיאָ" אויף צו פאַרשפּרייטן פּנימיות התורה, ווערט דורכדעם געהערט דער געלערנטער ענין פון פּנימיות התורה – בגשמיות, און בכל קצוי תבל;

און נאָכמער: די דברי חסידות וואָס ווערן געלערנט אויף "ראַדיאָ" נעמען דורך די גאַנצע וועלט, אפילו אין אַן אָרט וואו ס׳איז ניטאָ קיין ראַדיאָ־כלי אויפצונעמען דעם קול (ווי ס׳איז ידוע, אַז דער קול איז זיך מתפּשט אומעטום, בכל קצוי תבל, און ניט נאָר בכח נאָר אויך בפּועל – די אויפנאַם־כלי איז נאָר בכח צו אויפכאַפּן דעם קול און אים צו ענדערן אויף פאַרשידענע אופנים, אָבער ניט צו מחדש זיין אַ קול).

קומט אויס, אַז דורכן נוצן די חכמות העולם אויף הפצת פּנימיות התורה איז דאָ אַ מעין פון: (א) "מלאה הארץ דעה את ה׳ גו״׳ – אָן קיינע הגבלות, בכל מקום ומקום. (ב) אין אַן אופן פון "וראו כל בשר גו׳״ – דער קול ווערט געהערט בגשמיות באותו רגע ממש.

ח

דער ענין הנ״ל איז אָבער אויך נאָר וואָס מ׳נוצט אויס די חכמות העולם אויף אַ צווייטער זאַך – אויף אן ענין פון תומ״צ, אָבער אין די חכמות מצד עצמן זעט זיך ניט אָן קיין שייכות צו קדושה; די אמת׳ע פאַראייניקונג צווישן חכמות העולם מיט תורה איז, אַז אין די חכמות העולם גופא דערזעט מען ענינים פון פנימיות התורה31.

איינער פון די ענינים עיקריים וואו מ׳זעט עס במוחש: פּנימיות התורה קומט צו מגלה זיין די אחדות הפּשוטה32 פון אויבערשטן אין וועלט, אַז ניט קוקנדיק וואָס עס זיינען פאַראַן אַ ריבוי נבראים איז דער ריבוי ניט קיין סתירה צו דער אחדות הפּשוטה של הקב״ה33, ווייל, אדרבה, דער ריבוי גופא נעמט זיך דוקא מצד דער אחדות הפּשוטה פון אלקות, ווי ס׳ווערט ערקלערט בכמה מקומות34.

וויבאַלד די אמת׳ע מציאות פון וועלט איז די אחדות הפּשוטה פון אלקות, דערפאַר דריקט זיך אויס אָט די אחדות אויך אין דער מציאות פון וועלט גופא, אַז אין וועלט גופא איז דאָ דער ענין ה״אחדות".

און דער ענין – די אחדות וואָס איז פאַראַן אין וועלט (וואָס בפּנימיותה איז עס די אחדות הפּשוטה פון אלקות) – ווערט מער און מער נתגלה מיט דער התפתחות פון חכמות העולם:

אַמאָל האָט מען געמיינט, אַז יעדערער פון די טבע־כוחות איז אַ כח נפרד בפ״ע, און אַז דער חומר פון יעדער מציאות אין וועלט איז צונויפגעשטעלט פון מערערע פאַרשידענע יסודות (עלעמענטן); אָבער וואָס מער עס שטייגט די אַנטוויקלונג פון די חכמות העולם, אַלץ מער קומט מען צו דער הכרה אַז אָט דער ריבוי און פּירוד אין באַשטאַנד פון די יסודות איז נאָר אַן ענין חיצוני, דער אופן הצירוף פון חלקים, צמצום והתפשטות שלהם וכו' און מ׳איז אַלץ מער ממעט זייער סכום – ביז צו אַנערקענען אַז די נקודת המציאות פון וועלט באַשטייט פון דער פאַראייניקונג פון די צוויי ענינים כמות און איכות (חומר נושא הכח און דער כח) [אחדות הפשוטה איז אין (און מצד) אלקות35 – און דעריבער באַשטייט די מציאות פון נברא, מצד עצמו, פון דער התאחדות פון צוויי פרטים – כמות און איכות36].

און דאָס איז דער קשר צווישן דער התפתחות פון חכמות העולם מיט דער התגלות פון, להבדיל, פנימיות התורה, אַלס אַ הכנה צו "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה"37:

דער גילוי פון פנימיות התורה ברענגט ממילא38 אויך די התפתחות פון חכמות העולם, ווייל דורכדעם39 איז דער "מעין" פון תורתו של משיח (וואָס איז מגלה אחדותו של הקב״ה אין וועלט) אין אַן אופן (עכ״פ) פון אַ "מעין" פון ״וראו כל בשר גו׳״ – אַז וועלט גופא ווערט אַ "כלי" צו אחדות ה׳, מען זעט דעם ענין ה״אחדות" אין וועלט גופא,

וואָס דאַן כאַפּט מען זיך אַז אין אמת׳ן איז די אחדות ניט עפּעס אַנדערש ווי די אחדות הפשוטה פון אלקות40 (וואָס ווערט נתגלה אין פנימיות התורה),

וואָס דורך דעם ווערט "יתתקן עלמא לאעלא בשביעאה", בקרוב ממש.

(משיחות ש״פ מקץ וש״פ משפטים תשכ״ו, ד' מרחשון וכ״ח אדר, תשל״ז)