א

אין תורה אור פ׳ נח ווערט דערקלערט, אַז דער מבול איז געווען ניט נאָר אַ שטראָף, נאָר אויך אַן ענין פון טהרה (רייניקונג), – דער מבול האָט מטהר געווען די וועלט, וועלכע איז פאַרן מבול געווען אַן אומריינע. און דערפאַר איז דער מבול געווען 40 טעג – אַנטקעגן די 40 סאה פון מקוה. דערפאַר ווערט דער מבול אָנגערופן ״מי נח״1 – נייחא דרוחא (נחת רוח)2.

דאָס זעלבע – ווערט דאָרט אין תורה אור אויספירלעך דערקלערט – איז אויך בנוגע דאגות און טרדות פון פרנסה, וועלכע ווערן אָנגערופן "מים רבים" (פיל וואַסערן), שווענקען זיי אַראָפּ ביים מענטשן די ענינים וועלכע דאַרפן ניט זיין, און פּועל׳ן דערמיט אויך אַ "נייחא דרוחא".

ב

די דערקלערונג וועגן דער שייכות צווישן דאגות פרנסה, מבול און מקוה – איז אַזוי:

דער פנימיות׳דיקער ענין פון מקוה איז "ביטול", אַזוי ווי דער רמב״ם3 שרייבט "שיטבול במי הדעת הטהור" (ער זאָל זיך טובל זיין אין די וואַסערן פון ריינעם דעת). דעריבער דאַרף אַ מקוה האַלטן פערציק סאה, וואָס דאָס איז די מאָס "שכל גופו עולה בהן"4, ד. ה. וואָס זיי נעמען אַרום דעם גאַנצן מענטשלעכן קערפּער, און "טבילה" איז די זעלבע אותיות ווי "הביטל"5, ד. ה. אַז דער ביטול וואָס ער גייט אַרויס פון זיין איך פּועל׳ט אין אים אַן עלי׳ (דערהויבונג), אַז ער ווערט אַ כלי צו קדושה.

דאָס איז אויך די אמת׳ע כוונה וואָס מען גיט דעם מענטשן דאגות הפרנסה. כאָטש עס שטערט און צעמישט אים צייטווייליק, ווערט ער אָבער דורך דעם צעבראָכן ביי זיך און גייט אַרויס פון זיין אייגענעם איך – און דורך דעם ווערט ער אַ כלי צו קדושה.

ג

איז וויבאַלד אַז די אמת׳ע כוונה איז ניט אים צו באַשטראָפן ח״ו, נאָר בכדי אַראָפּצושווענקען און אָפּרייניקן פון אים די ניט־גוטע זאַכן – במילא פאַרשטייט זיך, אַז דאָס קען אָפּגעטאָן ווערן אויך אין איין מינוט – אויב אין איין רגע וועט ער אַרויסנעמען די כוונה פנימית דערפון, און פּועל׳ן ביי זיך דאָס וואָס דער ענין דאַרף אויפטאָן – איז ער שוין דערמיט אַליין יוצא, און עם קען שוין ביי אים ווערן דער "נייחא" סיי אין גש­מיות סיי אין רוחניות.

(משיחת ש״פ בראשית תשי״ג)

ד

די "מים הזדונים" (בייזע וואַסערן) פון מבול ווערן איינגעטיילט אין צוויי טיילן: א. תהום רבה, ב. ארובות השמים. אַזוי אויך ווערן די מענטשלעכע טירדות און שטערונגען איינגעטיילט אויף די זעלבע צוויי טיילן׃

"תהום רבה" (אַ גרויסער אָפּגרונט) מיינט די טרדות פון גשמיות׳דיקע, נידעריקע ענינים, טרדות הפרנסה א. אַ. וו. "ארובות השמים" מיינט טרדות וועלכע קומען פון רוחניות׳דיקע, הויכע ענינים, אַזוי ווי עסקנות ציבורית וכדומה, וועלכע שטערן אָבער דעם מענטשן צו לערנען און מקיים זיין מצוות.

אמת טאַקע, מען דאַרף טאָן אין עסקנות ציבורית, אָבער דאָס דאַרף ניט שטערן צו לערנען תורה און מקיים זיין מצוות. וואָרום דער ענין פון מצוות איז, אַז דורך זיי ווערט "ואתם הדבקים בד׳ אלקיכם חיים כולכם היום״6 – זיי פאַרבינדן דעם מענטשן וועלכער איז מקיים די מצוה מיט דעם אויבערשטן7, און דורך דעם ווערט נמשך צו אים ג־טלעכע חיות. אָבער אויב עס פעלט אין דעם – איז וואָס איז דער אויפטו פון זיין פאַרנעמען זיך אין די אַלע זאַכן, בשעת ער טוט ניט דאָס וואָס עס שטייט אין שולחן ערוך.

דאָס וואָס עד טענה׳ט, אַז ער איז פאַרנומען מיט ״ארובות השמים״ – מיט רוחניות׳דיקע ענינים – איז אַ טעות. די דאָזיקע טענה קומט ניט פון נפש האלקית נאָר פון נפש הבהמית. די בעסטע ראי׳ אויף דעם איז, אַז וויבאַלד אַז דאָס איז אַ שטער צו לימוד התורה און קיום המצוות לויטן דין פון שולחן ערוך – איז דאָס זיכער אַן ענין וואָס איז היפך פון קדושה.

און וויבאַלד אַז עס איז היפך פון קדושה, איז כאָטש ער איז דאָך דערווייל פאַרנומען מיט ״ארובות השמים", אָבער סוף כל סוף גייט ער ר״ל נידעריקער און נידעריקער, ביז אַז פון "ארובות השמים" ווערט "תהום רבה".

ה

די עצה צו די מי המבול (די וואַסערן פון מבול), – סיי פון תהום רבה און סיי פון ארובות השמים – איז "בוא אל התיבה"8 (קום אַריין אין דער תיבה). ״תיבה״ – טייטשט דער בעל שם טוב – מיינט די תיבות (ווערטער) פון תורה און תפילה. אַריינקומען אין "תיבה" מיינט, אַז מען דאַרף אַריינגיין אין די אותיות פון תורה און תפילה – זיין אַרומגערינגלט פון זיי, וואָס דעמאָלט איז זיכער אַז קיין זאַך וועט אים נישט פאַרפלייצן, און דער "נח איש צדיק" מיט זיינע בני בית וועלן בלייבן גאַנץ.

דערפאַר איז דער סדר היום, אַז באַלד ווי מען שטייט אויף פון שלאָף, איידער מען גייט נאָך אַריין אין וועלט – אין די ״מים הזדונים״ – זאָגט מען די ערשטע זאַך "מודה אני לפניך כו׳ שהחזרת בי נשמתי"9. ער איז מודה אַז דאָס לעבן פון זיין נשמה איז נאָר פון דעם אויבערשטן. דערנאָך זאָגט ער ברכות השחר און דאַנקט דעם אויבערשטן אויף יעדן פרט באַזונדער: מלביש ערומים
א. אַ. וו. כאָטש ער האָט דאָך אין פלוג וואָס אָנצוטאָן, איז וואָס מיינט די ברכה מלביש ערומים – און אַזוי אויך די איבעריקע ברכות?

נאָר ווייל איזהו חכם הרואה את הנולד10, ווער איז אַ חכם? דער וואָס זעט ווי אַלץ ווערט נולד (באַשאַפן) יעדער רגע מאין ליש11, – ער ווייסט אַז איטלעכע רגע ווערט דער "יש" נתהווה פון אלקות.

אַזוי ווי עס שטייט אין זוהר12, אַז רב ייסא סבא פלעגט מתפלל זיין אַז דער אויבערשטער זאָל אים געבן זיין שפּייז. ד. ה. אַז אפילו בשעת דער עסן איז געווען אָנגעגרייט פאַר אים, פלעגט ער ניט עסן ביז ער פלעגט מתפלל זיין די תפילה. איז אין פלוג קען מען פרעגן: וואָס איז שייך מתפלל צו זיין אַז דער אויבערשטער זאָל אים צושיקן שפּייז, ווען ער האָט שוין דעם עסן אָנגעגרייט פאַר אים?

נאָר דער ענין איז, אַז יעדער באַשעפעניש מצד זיך אַליין ווערט שטענדיק אין ואפס אַזוי ווי ער איז געווען פאַר זיין באַשאַפונג, און דאָס וואָס ער איז דאָך פאַראַן, איז דאָס נאָר צוליב דעם וואָס דער אויבערשטער מיט זיין גוטסקייט באַנייט אים שטענדיק, ווי עס שטייט: המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית. דעריבער איז שייך מתפלל צו זיין אויך דאַן ווען דער עסן ליגט שוין אויפן טיש, און אַזוי אויך ביי אַנדערע הצטרכות׳ן. ווייל די שפּייז וועלכע איז געווען מיט אַ מינוט פריער – איז דאָך מצד עצמו שוין געוואָרן אין ואפס, – דאַרף ער דעריבער מתפלל זיין צום אויבערשטן ער זאָל דאָס באַנייען כדי ער זאָל האָבן וואָס ער דאַרף.

בשעת ער האָט די הקדמה פון תפילה, ווייסט ער אַז מצד זיך אַליין האָט דער גשמי קיין קיום ניט, און נאָר דער אויבערשטער דאַרף אים שטענדיק באַנייען, און אַז די גאַנצע מציאות פון וועלט איז בלויז כדי אויסצופירן דעם אויבערשטנס כוונה פון ״ולכבודי בראתיו״ וגו׳13 – דעמאָלט קען ער אַריינגיין אין די ענינים פון עולם הזה און האָט ניט וואָס מורא צו האָבן פאַר די "מים הזדונים".

איידער ער דאַוונט, איז ביי אים אָפּגעלייגט אַז וועלט איז אַן עיקר14, עס איז ח״ו אַ מציאות פאַר זיך, דעמאָלט איז ביי אים גאַנץ פּשוט אַז דאָס וואָס מען מעג, מעג מען אַוודאי טאן, און דאָס וואָס מען ווייסט ניט זיכער אַז מען טאָר ניט – מעג מען אויך, ווארום מען דאַרף דאָך שטעלן יעדע זאַך אויף איר חזקה, און די חזקה איז – וועלט.

בשעת אָבער דער אָפּלייג איז, אַז באמת איז ניטאָ קיין מציאות, עס איז פאַראַן נאָר דער אויבערשטער און ער אַיז מחדש די וועלט פון אין ואפס המוחלט צוליב דער כוונה פון נתאוה הקב״ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים15 (דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט ווייל ער האָט געוואָלט האָבן אַ דירה, כביכול, דאָ למטה) – דעמאָלט איז דאָך "מציאות" נאָר דאָס וואָס עס ברענגט צו דער דאָזיקער כוונה, דערפאַר ברענגט דאָס צו אַן אומגעקערטן אויספיר: דאָס וואָס מען טאָר ניט – און במילא אין ווידערשפּרוך צו דער דאָזיקער כוונה – טאָר מען ניט, און ניט בלויז דברים האסורים, נאָר אפילו מותרות (אומנויטיקע זאַכן), טאָר מען אויך ניט. איז בשעת דער יצר הרע קומט צו גיין מיט אַ טענה און זאָגט אַז דאָס דאַרף מען, ענטפערט מען אים: ברענג אַ ראי׳! וואָרום די חזקה איז דאָך אַז עס איז פאַראַן בלויז אלקות, ממילא איז דאָך "המוציא מחבירו עליו הראי׳"16 (דער וועלכער וויל עפּעס אַרויסבאַקומען פונעם צווייטן מוז ער ברענגען די ראי׳ אַז ער איז גערעכט).

און לויט דעם חסידישן וואָרט׃ ״וואָס מען טאָר ניט – טאָר מען ניט, און וואס מען מעג – דאַרף מען ניט".

און דאָס איז דער ענין פון "בא אל התיבה״ – אַריינגיין אין די ״תיבות״ פון תורה און תפילה – זיין שטענדיק אַרומגערינגלט פון זיי. און בשעת ביי אים ווערט אָפּגעלייגט אַז דער עיקר מציאות איז תורה און תפילה און אַלע אַנדערע זאַכן זיינען נאָר צוליב דעם, דעמאָלט איז כאָטש אפילו ער איז זיך עוסק אין גשמיות וכו׳ ווייל מען דאַרף דאָך האָבן אַ געזונטן גוף, ווערט דאָס זעלבסט אַן עבודה, אָדער אַן ענין צוליב עבודה.

די איינציקע עצה ווי אַזוי פטור צו ווערן פון די מבול־וואַסערן, סיי פון תהום רבה סיי פון ארובות השמים איז – בא אל התיבה. דעמאָלט האָט ער ניט קיין שייכות צו קיין זאַך וואָס איז ניט קיין ענין פון קדושה, און אַלע זיינע ענינים און באַדערפענישן ווערן ביי אים אויסגעשטעלט אין אַן אופן פון "בכל דרכיך דעהו״17.

(משיחת ש״פ בראשית תשי״ז)