כ״ק מו״ח אדמו״ר האָט אַ סך מאָל געזאָגט1, אַז פון דער סדרה פון יעדער וואָך דאַרף מען זיך אָפּלערנען אַ הוראה אין לעבן. און ס׳איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַזוי: ווייל מיר האָבן דאָך אַן אייביקן לעבעדיקן ג־ט, און ער האָט אונז געגעבן אַן אייביקע לעבעדיקע תורה, וואָס דורך איר – דורך לערנען שטענדיק די תורה און אָפּלערנען פון איר אַ הוראה אין לעבן – זיינען מיר אַן אייביק לעבעדיק פאָלק און מיר קענען איבערלעבן און בייקומען אַלע שוועריקייטן.
די היינטיקע סדרה דערציילט וועגן דעם ערשטן אידן וואָס איז געווען אויף דער וועלט. ער איז געווען אַן איין־איינציקער און די גאַנצע וועלט איז געווען קעגן אים2, ביז מען האָט איינגעזען אַז דער אויבערשטער איז מיט אים און שטיצט אים אין אַלץ וואָס ער טוט. דאַן האָט דער מלך פון פלשתים "כורת ברית" געווען, געשלאָסן אַ בונד מיט אברהם׳ען און אברהם האָט געקענט רואיקערהייט וואוינען אין ארץ פלשתים.
און אין דער צייט, וואָס אברהם האט געוואוינט אין פלשתים, דערציילט די היינטיקע סדרה: "ויטע אשל בבאר שבע", אַז ער האָט דאָרט געפלאַנצט אַן אשל; "ויקרא שם בשם הוי׳ א־ל עולם", ער האָט דאָרט מפרסם געווען ג־טלעכקייט3 און אמונה; "ויגר אברהם בארץ פלשתים ימים רבים", ער האָט געוואוינט אין לאַנד פון פלשתים אַ סך יאָרן – און דערנאָך קומט די דערציילונג וועגן דער עקידה.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס לערנען מיר אָפּ פון דעם וואָס אברהם האָט דאָרט געפלאַנצט אַן אשל? די תורה באַשרייבט דאָך דאָ די גרויסקייט פון אברהם אבינו, אַז זייענדיק אַן איינציקער איד האָט ער אומעטום פאַרשפּרייט אמונה בה׳ אחד, איז וואָס גיט־צו אין דעם די דערציילונג פון זיין פלאַנצן דעם אשל? אויך וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער "ויטע אשל" צו דער פרשת העקידה וואָס קומט באַלד נאָך דעם?
אין פשטות איז דער טייטש פון ״אשל״ – אַ גרויסער פאַרצווייגטער בוים. זייענדיק אין אַ מדבר׳דיקן לאַנד, וואו די היץ פון דער זון ברענט, האָט ער דאָרט געפלאַנצט אַ בוים כדי צו באַשיצן זיך פון דער זון.
אין גמרא4 שטייט, אַז "אשל" מיינט ניט אַן איינציקן בוים, נאָר אַז אברהם האָט געפלאַנצט אַ גאַנצן גאָרטן מיט פרוכט־בוימער, און דער צוועק איז געווען אַז די פאַרבייגייער־אורחים, זאָלן געניסן פון די פרוכטן. נאָך אַ דיעה: אַז "אשל" מיינט ״פּונדק״ – אַכסני׳, אַז אברהם האָט די אורחים געגעבן ניט בלויז פרוכטן, נאָר עסן און טרינקען, פלייש און וויין וכו׳ און אַ געלעגער5. ביז – ווי ס׳שטייט אין מדרש6 – אַז אברהם האָט אויך (צוליב די אורחים) איינגעאָרדנט ביי זיך אין הויז אַ סנהדרין, בכדי צו ענטפערן אויף די שאלות וואָס האָבן געקענט אויפקומען ביי די אורחים.
די תורה דערציילט אונז דאָ דעם אופן פון אברהם אבינו׳ס הכנסת אורחים: ער האָט זיך ניט באַנוגנט מיט געבן די אורחים ברויט, זאַלץ און וואַסער, וואָס זיי זיינען דאָך גענוג צו אָנזעטיקן; אברהם אבינו האָט זיך ניט באַנוגנט צו געבן זיי דעם מינימום, נאָר ער האָט זיי אויך געגעבן פאַרגעניגן־זאַכן: פרוכט, וויין, כל מיני מגדים, און אַ געלעגער, און אפילו אויך אַ סנהדרין צו ענטפערן אויף זייערע שאלות, און ער האָט זיי דאָס אַלץ געגעבן כאָטש זיי זיינען פאַר אים געווען אינגאַנצן פרעמדע מענטשן.
פון דעם דאַרף זיך אָפּלערנען יעדער איד: ביי יעדערן איז דאָך איינגעפלאַנצט אין האַרצן די מדה פון צדקה און גמילות חסדים. דאַרף ער וויסן אַז די מדה, וואָס ער האָט זי בירושה פון אברהם אבינו7, איז זי ניט בלויז אויף צו געבן א צווייטן דאָס סאַמע נויטיקע, נאָר אויך צו געבן אים דברי תענוג; און ניט נאָר אין מאַטעריעלן זין, נאָר אויך צו לייזן יענעמס נפש׳דיקע פּראָבלעמען.
דער ענין פון טאָן צדקה אין דעם אויבנדערמאָנטן אופן, צו געבן ניט נאָר דאָס נויטיקסטע נאָר אויך צו מהנה זיין מיט דברי תענוג, איז ספּעציעל איינגעוואָרצלט אין עלטערן בנוגע צו זייערע קינדער. קינדער זיינען דאָך אומבאַהאָלפן, איז דאָ אַן איינגעוואָרצלטע טבע אין די עלטערן צו געבן זייערע קינדער אַלץ וואָס זיי דאַרפן (ניט רעכענענדיק זיך צי די קינדער וועלן זיי שפּעטער צוריקצאָלן צי ניט). ניט נאָר זייערע הכרחיות; אַזוי בכלל בנוגע צו חינוך, דערציען עלטערן די קינדער זיי זאָלן זיך אַנטוויקלען און אויסוואַקסן אין דער פולסטער מאָס, סיי מאַטעריעל און סיי גייסטיק.
ביי אידן, ווי אין ביישפּיל פון אברהם אבינו, איז די דאָזיקע באַציאונג ניט בלויז צו אייגענע קינדער נאָר אויך צו פרעמדע מענטשן. דאָס איז איינגעפלאַנצט אין יעדער אידישער האַרץ, אַז דאָס וואָס ער האָט באַקומען דורך האָרעוואַניע און גרויסער אָנשטרענגונג, זאָל ער עס אַוועקגעבן צו אַ גאַנץ פרעמדן מענטשן; און ניט נאָר צו באַפרידיקן יענעמס באַדערפענישן אין גשמיות, נאָר אויך פּותר זיין יענעמס נפש׳דיקע פּראָבלעמען.
אַזאַ הנהגה איז העכער פון שכל; געבן יענעם וואָס אים פעלט – פאַרשטייט עס אויך שכל, אַז וויבאַלד יענעם פעלט עפּעס דאַרף מען עס אים דערפילן, ווייל ס׳איז אויף אים אַ רחמנות. אָבער געבן יענעם וואָס אים פעלט ניט נאָר אויף אַ תענוג זאַך, דאָס קומט פון אַ באַזונדערע מדה פון גוטסקייט וועלכע נעמט זיך פון העכער ווי שכל; וואָס מצד זיין מדת הטוב זוכט ער אַז אויך יענעם זאָל זיין גוט.
און אַז עס איז אַזוי אין מאַטעריעלע זאַכן, איז עס נאָך מערער אין גייסטיקע זאַכן, ווייל אַ גייסטיקער חסרון, אַ חסרון אין דער נשמה – טוט פיל מער וויי, און ס׳איז אים שווערער צו פאַרריכטן ווי אַ חסרון אין גוף.
דערפאַר איז דער סדר ביי אידן, אַז אין יעדן אָרט וואו מ׳איז נאָר געקומען – אין אַ פרייער מדינה, צי אין אַן אָרט וואו מ׳אונטערדריקט זיי – האָט מען זיך ניט גערעכנט מיט קיין זאַך און מ׳האָט באַלד געגרינדעט ישיבות און תלמוד־תורה׳ס8, און מ׳האָט געזוכט זיי איינשטעלן אַז זיי זאָלן געבן ניט נאָר דעם מינימום וואָס עס פאָדערט זיך פאַר די תלמידים און תלמידות, נאָר אין דער פולסטער מאָס, יגדיל תורה ויאדיר.
וועט מען איצט פאַרשטיין די שייכות פון "ויטע אשל גו' " צו דער עקידה.
דער כוח פון מסירת נפש ביי אברהם און יצחק צו גיין צו דער עקידה, זייענדיק "בארץ פלשתים ימים רבים", – אין אַ לאַנד וואו מען האָט זיי ניט געדריקט, ניט געקוועטשט און וואו זיי זיינען געווען אינגאַנצן פריי – איז עס געקומען פון "ויטע אשל", פון זייער הנהגה אין אַזאַ אופן פון חסד וואָס איז העכער פון טעם ודעת. דערפאַר זיינען זיי אויך אין דער רואיקער צייט פון "ימים רבים" געגאַנגען צו דער עקידה מיט שמחה.
דאָס איז אויך אַן אָנווייזונג פאַר אַלע דורות׃ עס מאָנט זיך ביי אידן אַ הנהגה פון מסירת נפש און ספּעציעל ביי דער דערציאונג פון קינדער, אַז דאָס וואָס זיי האָבן אויף דעם געהאָרעוועט יאָרן לאַנג, זאָלן זיי עס אַוועקגעבן אויף חינוך הבנים והבנות, ניט נאָר אייגענע קינדער, נאָר אויך יענעמס; און געבן זיי ניט נאָר די זאַכן פון הכרחיות, נאָר די פולסטע מאָס פון אידישקייט, תורה ומצוות – און דאַן וואַקסט אויס אַ מסירת־נפש־דור, אַז אויך זייענדיק אין אַ פרייער מדינה זיינען זיי גרייט צו מקריב זיין אַלץ וואָס זיי האָבן ביז אויך זייער לעבן פאַר אמונה תורה ומצוות, פאַר אַלץ וואָס איז פאַרבונדן מיט אידישקייט.
בשעת די הנהגה איז אין דעם אויבנגעזאָגטן אופן האָט מען דעם
צוזאָג פון דעם אויבערשטן אַז דער שכר פאַר שטיצן און פאַרגרעסערן און פאַרטיפן די
ישיבות און תלמוד־תורה׳ס וועט זיין ניט "אַ דאָלאר פאַר אַ דאָלאר",
נאָר דער אויבערשטער וועט אָפּצאָלן כמה פּעמים ככה (אַזוי ווי מיר געפינען ביי
אברהם אבינו, וואָס ביי אים האָט זיך אָנגעהויבן מיט איין קינד, און פון דעם איז
געקומען דער "והרבה
ארבה את זרעך ככוכבי השמים וכחול אשר על שפת הים"), ניט נאָר אין געלט –
וועגן דעם איז גאָר איבעריק צו ריידן – נאָר אויך אין אַנדערע ענינים: געזונט,
אריכות ימים און נחת פון קינדער.
ואל ירע לבבך בתתך לו – דער אויבערשטער זאָל געבן מ׳זאָל אויפנעמען בשמחה די אָפּלערנונג פון הנהגת אברהם אבינו ויצחק, מען זאָל געבן אויף די ישיבות מיט אַן אָפענער און ברייטער האַנט און בשמחה, און דאַן וועט דער אויבערשטער צוריקצאָלן כמה פּעמים ככה, ניט נאָר אין געלט נאָר אין אַלץ וואָס מען דאַרף9.
(משיחה לעסקני ישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, י״ז מרחשון, תשי״ט