א

אויפן פּסוק "ויהיו חיי שרה וגו׳", ברענגט דער מדרשא דעם פסוקב "יודע ה׳ ימי תמימים וגו׳", און ער טייטשט: "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים" (פּונקט ווי זיי (די צדיקים – דערמאָנט אין פּסוק פאַר דעם) זיינען גאַנצע, אַזוי זיינען אויך זייערע יאָרן גאַנצע). און דער מדרש ברענגט דערויף אַ דוגמא פון שרה׳ן, וואָס אירע יאָרן זיינען געווען תמימים, פון די יאָרן וואָס מען האָט איר באַשטימט האָט גאָרניט געפעלט.

דאַרף מען פאַרשטיין: עס זיינען דאָך געווען אַ סך צדיקים און צדקניות פאַר שרה׳ן און נאָך שרה׳ן, וואָס אויך זייערע יאָרן זיינען געווען תמימים. – פאַרוואָס ברענגט ער אַ דוגמא דוקא פון שרה׳ן?

אין פשטות קען מען ענטפערן: אַלע צדיקים, וויבאַלד זיי האָבן מקיים געווען דעם "ועבדתם את ה׳ אלקיכם", זיי האָבן שטענדיק געדינט דעם אויבערשטן, האָט זיי אויך דער אויבערשטער פאַר דעם צוריק־געצאָלט מיט דער ברכה וואָס שטייט דערבייג, "את מספּר ימיך אמלא", ער האָט זיי געגעבן גאַנצע, פולע יאָרן. איז קיין חידוש ניט אַז זייערע יאָרן זיינען געווען תמימים (און ביי די צדיקים, וואָס צוליב אַ זייטיקער סיבה האָט מען אַראָפּגענומען פון זייערע באַשטימטע יאָרן, האָט ביי זיי טאַקע געפעלט פון זייער פולער צאָל יאָרן)ד, אָבער שרה, וואָס איז נפטר געוואָרן פּלוצלונג צוליב אַ זייטיקער סיבה – "פּרחה נשמתה" פון דער בשורה פון עקידת יצחקה – איז עס אַ חידוש, אַז פונדעסטוועגן זיינען אירע יאָרן געווען גאַנצע.

וויבאַלד אָבער אַז ענינים אין תורה זיינען זייער בדיוק, מוז מען זאָגן אַז דאָס וואָס דער מדרש ברענגט די דוגמא פון שרה׳ן, איז עס ניט בלויז צוליב דער נייעס וואָס אין דעם, אַז אַ זייטיקע סיבה האָט ניט אָנגערירט דעם ענין פון שנותם תמימים (וואָס דאָס גיט דאָך ניט צו בהבנת הענין עצמו), נאָר אויך, ובעיקר, צוליב דעם וואָס דער תוכן הענין פון "שנותם תמימים" האָט אַ ספּעציעלע שייכות צו שרה׳ן, מערער ווי צו אַנדערע צדיקים.

אויך דאַרף מען פאַרשטיין, וואָס מיינט דער מדרש מיט די ווערטער "הן (די צדיקים) תמימים". מ׳קען ניט זאָגן אַז ער מיינט זייער מקיים זיין תרי״ג מצוות – ווייל דאָס איז דאָך פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס זיי ווערן גערופן צדיקים, אפילו לויט דעם פּירוש הפּשוט פון דעם נאָמען צדיק, ובפרט ווי דער תואר צדיק ווערט ערקלערט אין תניאו. דערפון וואָס דער מדרש באַנוצט דאָ דעם תואר תמימים איז אַ באַווייז אַז ער מיינט דאָ נאָך אַ מעלה, אין צוגאָב צו זייער קיום המצוות. דאַרף מען פאַרשטיין וואָס איז די מעלה פון "הן תמימים".

נאָך אַ זאַך: ווען די תורה פאַרגלייכט צוויי ענינים, איז עס ניט צוליב אַ צופעליקע שייכות, נאָר ווייל איין ענין איז פאַרבונדן אָדער איז אַ סיבה אויפן צווייטן. דערפאַר, וויבאַלד דער מדרש זאָגט "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים", איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז "הן תמימים" איז שייך אָדער ברענגט צו דעם אַז ס׳זאָל זיין "שנותם תמימים". לכאורה, דאָס וואָס זיי זיינען געווען צדיקים, און זיי האָבן געטאָן זייער עבודה אין קיום המצוות, איז אַ גענוגנדע סיבה צו "שנותם תמימים" (און ווי אויבן דערמאָנט, אַז דורך "ועבדתם את ה׳ אלקיכם" האָט מען דעם שכר פון "את מספּר ימיך אמלא"), דאַרף מען פאַרשטיין, ווי אַזוי פאַרבינדט עס דער מדרש דוקא דערמיט וואָס זיי זיינען געווען תמימים?

ב

אין דער זעלבער סדרה זאָגט דער מדרשז אויפן פּסוק "ואברהם זקן בא בימים": "יש לך אדם שהוא בזקנה ואינו בימים, בימים ואינו בזקנה, אבל כאן זקנה כנגד ימים וימים כנגד זקנה״, – אַז ס׳קען זיין אַ מענטש וואָס האָט בלויז איינע פון די ביידע, אָדער "זקן" אָדער "בא בימים", אָבער אברהם האָט געהאַט ביידע: "זקן" און "בא בימים".

די מפרשי המדרש, וואָס טייטשן אין פּשטות, לערנען דאָ דעם פּשט, אַז עס קען געמאָלט זיין אַז אַ מענטש זאָל זיין "זקן" און דאָך ניט "בא בימים״ – ווי ר׳ אלעזר בן עזרי׳ וואָס איז געוואָרן אַ "זקן" צו אַכצן יאָרח – און ס׳קען אויך זיין "בא בימים" אָן "זקנה", אַז זייענדיק אַלט אין יאָרן איז ער יונג לויטן אויסזען.

לויט דעם פּירוש איז ניט פאַרשטאַנדיק: לכאורה זיינען די צוויי מעלות – "זקן" און "בא בימים" – אויסערלעכע זייטיקע מעלות וואָס דריקן ניט אויס די גרויסקייט פון אברהם אבינו: ״אחד הי׳ אברהם״ט (דער איינציקער אין זיין צייט וואָס האָט געדינט צו ה׳ אחד); דער ערשטער ש״התחיל להאיר"י, וואָס האָט אָנגעהויבן באַלייכטן די וועלט מיט ג־טלעכקייט; אברהם אבינו איז געווען דער מיט וועמען עס האָט זיך אָנגעפאַנגען די תקופה פון "שני אלפים תורה"יא (צו לערנען און פאַרשפּרייטן תורה אין וועלט). פון דעם אָבער וואָס די תורה באַצייכנט אברהם׳ען מיט די צוויי מעלות, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין זיי דריקט זיך אויס די באַזונדערע גרויסקייט פון אברהם אבינו.

ג

די מעלות פון "זקן" און "בא בימים" טייטשן רז״ל: ״זקן - זה שקנה חכמה"יב (זקן ווערט גערופן דער וואָס "קויפט" חכמה); "בא בימים״ – ער איז געקומען מיט אַלע טעגיג, אַז עס האָט ניט געפעלט קיין איין טאָג אין וועלכן אברהם האָט ניט מקיים געווען מצוות (דאָס וואָס איז געווען מצוה אין זיינע צייטן, פאַר מתן תורה).

דאָס הייסט, אַז די צוויי מעלות טיילן זיך אין צוויי באַזונדערע סוגים: די מעלה פון "זקן" האָט צו טאָן מיט דער שלימות פון זיין נשמה, אַז ער האָט קונה געווען חכמה בנפשו. און די מעלה פון "בא בימים״ באַשטייט אין דעם וואָס ער האָט אויפגעטאָן און ממשיך געווען אין די ימים, אַז יעדן טאָג האָט ער אויסגעפילט מיט מצוות.

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק דער דיוק "בא בימים", אַז יעדער טאָג איז אָנגעפילט מיט מצוות: ווען דער קיום המצוות וואָלט געווען נוגע נאָר צו דער שלימות פון זיין נשמה, וואָלט דאַן ניט געווען קיין אונטערשייד צי ער איז מקיים יעדן טאָג באַזונדער מצוות, אָדער ער איז מקיים די זעלבע צאָל מצוות במשך פון בלויז איין טאָג פון די אַלע טעג, ווייל אין שייכות צו זיין נשמה האָט ער דאָך אַלץ די זעלבע צאָל מצוות. מוז מען דעריבער זאָגן, אַז די מעלה פון "בא בימים" איז צו אויפטאָן אין די טעג, דערפאַר איז דאָ באַוואָרנט געוואָרן אַז יעדער טאָג איז געווען מלא מיט מצוות.

ד

די ערקלערונג פון דעם ענין: דער אַלגעמיינער אונטערשייד צווישן תורה און מצוות איזיד, וואָס תורה – חכמתו של הקב״ה – איז שכל ורוחניות, און דורך דעם וואָס אַ איד לערנט תורה קומט צו שלימות אין זיין נפש; מצוות זיינען אָנגעטאָן אין גשמיות׳דיקע זאַכן, איז זייער ענין בעיקר ניט אַזוי צוליב דער שלימות פון זיין נפש נאָר צוליב באַלייכטן די גשמיות׳דיקע וועלט, מאַכן פון וועלט אַ דירה לו יתברך בתחתונים.

דערפאַר, ווען עס רעדט זיך וועגן חכמה (תורה), איז דער לשון "שקנה חכמה", ער האָט אַריינבאַקומען חכמה פון תורה בנפשו; און ווען עס רעדט זיך וועגן מצוות, איז דער לשון ״בא בימים", דורך קיום המצוות האָט ער אויפגעטאָן אַ זיכוך אין עולם הזה, וואָס וועלט איז אין דעם גדר פון זמן, "ימים".

און מיט דעם דיוק פון לשון "ימים" מיינט ער צו אונטערשטרייכן אַזאַ גשמיות וואָס איז אונטערגעוואָרפן די ענדערונגען פון זמן (וואָס שינויים איז דער עיקר ענין פון זמן). ווייל עס זיינען פאַראַן גשמיות׳דיקע זאַכן וואָס זיינען "חזקים כיום הבראם"טו, ווי די צבא השמים, די זון, די שטערן אא״וו, וואָס זמן ווירקט ניט קיין ענדערונגען אין זייער חוזק, זיי זיינען אַלעמאָל אַזוי שטאַרק ווי אין טאָג פון זייער באשאַפן. און אויך אין ארץ זיינען פאַראַן זאַכן וואָס זיינען נצחיים, ווי דער משכןטז, ארון און שמן המשחהיז וואָס משה רבינו האָט געמאַכט, וואָס זיינען באַהאַלטן געוואָרן און זיינען אייביק גאַנץ. אָבער דער עיקר כוונת הבריאה איז צו מאַכן אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן בתחתונים, "שאין תחתון למטה ממנו"יח, אין די גאָר נידעריקסטע ענינים פון עולם הזה וואָס פאַלן אַרונטער די שינויים פון זמן. וואָס דאָס איז די הדגשה פון בא בימים.

ה

דאָס איז געווען די גרויסקייט פון אברהם אבינו, וואָס ביי אים זיינען געווען צוזאַמען ביידע מעלות: "בזקנה" (אייגענע שלימות) און "בימים" (אויפגעטאָן אין וועלט), כאָטש די צוויי זאַכן זיינען פון צוויי גאַנץ באַזונדערע, קעגנגעזעצטע סוגים, און ניט אַלע קענען האַלטן ביי ביידע מדריגות צוזאַמען. עס ווערט דערציילט אין ספר מגיד מישריםיט, אַז מ׳האָט צוגעזאָגט דעם בית יוסף אַז ער וועט זוכה זיין צו פאַרברענט ווערן אויף קידוש השם. אָבער מצד אַ געוויסער סיבה האָט ער לפועל דערצו ניט זוכה געווען.

איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויב ער וואָלט זוכה געווען צו אומקומען אויף קידוש השם, – וואָס דאָס איז אַן ענין וואָס איז נוגע צו זיין נפש (זקן) – וואָלט ער ניט געהאַט די מעגלעכקייט צו מחבר זיין דעם שולחן ערוך, שממנו יצאה הוראה לכל ישראל (און עמעצער אַנדערש וואָלט דאַן מחבר געווען דעם שולחן ערוך); און לפועל האָט ער טאַקע מחבר געווען דעם שולחן ערוך – ער האָט אויפגעטאָן אין וועלט (בא בימים) – אָבער ער האָט ניט זוכה געווען צו מסירות נפש, וואָס צו שלימות פון זיין נפש איז דאָס געווען מערער נוגע און דעריבער איז דאָס פאַררעכנט אַלס אַן עונש פאַר אים.

אָבער ביי אברהם אבינו זיינען געווען ביידע מעלות בשלימות, סיי אין דער עבודה מיט זיך און סיי אין דער עבודה פון באַלייכטן די וועלט, ווי געבראַכט פריער פון מדרש, אַז אברהם "התחיל להאיר".

ו

על פי זה וועט מען אויך פאַרשטיין דעם פריער־געבראַכטן מאמר פון גמרא, אַז פון אברהם אבינו האָבן זיך אָנגעהויבן די "שני אלפים תורה", ווייל מיט דער עבודה פון אברהם׳ען האָט זיך אנגעהויבן די הכנה צו מתן תורה, ווי גערעדט כמה פעמים דעם פשט פון "מעשה אבות סימן לבנים"כ, אַז די עבודה פון די אבות – וואָס דער ערשטער פון זיי איז אברהם אבינו – איז געווען אַ צוגרייטוגג צו מתן תורה.

דער אויפטו פון מתן תורה איז צו פאַרבינדן און פאַראיינציקן מעלה מיט מטה, ווי עס שטייט אין מדרשכא: "משל למה הדבר דומה למלך שגזר ואמר בני רומי לא ירדו לסוריא ובני סוריא לא יעלו לרומי, כך כשברא הקב״ה את העולם גזר ואמר השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם, כשביקש ליתן התורה בטל גזירה ראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים וכו׳״ – פאַר מתן תורה איז געווען א גזירה אַז שמים זאָלן זיין באַזונדער און ארץ באַזונדער, ד. ה. אַז רוחניות מיט גשמיות זאָלן ניט זיין פאַרבונדן, און ביי מתן תורה האָט דער אויבערשטער די גזירה מבטל געווען, און האָט געגעבן דעם כוח, דורך קיום המצוות, צו מחבר זיין און מייחד זיין שמים מיט ארץ.

און די הכנה צום חיבור פון מעלה און מטה ביי מתן תורה, האָט אָנגעהויבן אברהם אבינו דורך דעם וואָס אין זיין עבודה האָבן זיך פאַראייניקט דער מעלה מיטן מטה. מעלה – די עבודה וואָס איז נוגע לשלימות נשמתו (זקן); און מטה – די עבודה צו אויפטאָן אין גשמיות (בא בימים).

די צדיקים וואָס זיינען געווען פאַר אברהם אבינו, אין די "שני אלפים תוהו" (די ערשטע צוויי טויזנט יאָר פון דער וועלט־באַשאַפונג, וואָס זיינען געווען "תוהו", אָן ענין מתן תורה אפילו ניט די הכנה לזה), איז זייער עבודה געווען בלויז אין איין קו פון די צוויי סאָרטן עבודה (כידוע אַז אין מדות פון תוהוכב איז ניט געווען קיין התכללות, יעדער מדה האָט מאיר געווען באַזונדער און האָט ניט געגעבן קיין אָרט פאַר אַ צווייטער): אָדער די עבודה פון "זקן" אַליין (אַזוי ווי בן עזאי, וואָס זיין עבודה איז געווען אין אַן אופן פון תוהו ניט – לשבת יצרה, האָט ער געזאָגטכג "נפשי חשקה בתורה", ער האָט זיך אָפּגעגעבן נאָר מיט לערנען תורה און ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט וועלט), אָדער די עבודה פון "בא בימים" אלייןכד. ערשט אברהם אבינו האָט פאַרבונדן אין עבודה ביידע קוים צוזאַמען.

און דערפאַר שטעלט זיך דער מדרש און ברענגט אַרויס די ביידע מעלות דוקא ביי אברהם׳ען – הגם די מעלות פון "זקן בא בימים" צוזאַמען זיינען געווען אויך ביי יהושע און דוד (ווי עס ווערט געבראַכט אין מדרש דאָרטן) – ווייל אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער וואָס האָט איינגעשטעלט דעם דרך פון מחבר זיין ביידע קוים, און מיט אים האָבן זיך אָנגעהויבן די "שני אלפים תורה", וואָס דער סדר פון תורה איז צו פאַראייניקן און כולל זיין פאַרשידענע קוים, ווי עס שטייט אין רמב״םכה: "שכל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם" (די גאַנצע תורה איז געגעבן געוואָרן צו מאַכן שלום אין וועלט), און דער ענין פון שלום איז דאָך חיבור והתכללות פון ענינים וואָס נויטיקן זיך אין מאַכן שלום צווישן זיי.

ז

אַזוי ווי אַלע סיפּורים פון תורה איז אויך דער סיפּור פון "ואברהם זקן בא בימים" אַ הוראהכו אין אונזער עבודה.

עס זיינען דאָ אַזעלכע וואָס יאָגן זיך כסדר נאָר צו אויפטאָן אין וועלט און אויף דעם וואָס עס טוט זיך מיט זיי אַליין פאַרגעסן זיי; אַנדערע, ווידער, יאָגן זיך נאָר צו איינשאַפן קנינים פאַר זייער נפש, זיינען זיי כסדר פאַרנומען מיט זיך – ווייל וואָס מער קנינים נפשיים אַ מענטש באַקומט אַריין, אַלץ מער ווייטיק האָט ער דערפון וואָס עס פעלט אים נאָך, "ויוסיף דעת יוסיף מכאוב"כז, און "מי שיש לו מנה רוצה מאתים"כח (ווער עס האָט הונדערט וויל צוויי הונדערט, אויך אין קניני הנפש) – און זיי טוען ניט אויף צו באַלייכטן די סביבה אַרום זיי.

איז אויף דעם די הוראה פון "זקן בא בימים" אַז עס דאַרפן זיין ביידע קוים צוזאַמען, ווייל ווי גערעדט פריער, איז דער סדר פון תורה יחוד והתכללות.

ח

הגם אַז עס מוזן זיין ביידע קוים, פונדעסטוועגן לייגט חסידות מער דעם עיקר־הדגשה אויף דער עבודה פון "בא בימים".

וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ווי חסידות איז מבאר דעם מאמר רז״לכט "יפה שעה אחת בתשובה ומעשים טובים בעולם הזה מכל חיי העולם הבא" (עס איז בעסער איין שעה פון תשובה און מעשים טובים אויף דער וועלט פון דעם גאַנצן לעבן וואָס מען לעבט אין עולם הבא). ווייל חיי העולם הבא ווי הויך דאָס זאָל ניט זיין, איז עס נאָר דער תענוג וואָס דער נברא האָט, אָבער פון דער עבודה אין תשובה ומעשים טובים האָט תענוג דער בורא, וואָס דער תענוג הבורא איז באין ערוך העכער פון תענוג הנברא, ווייל נברא האָט דאָך קיין שום ערך ניט לגבי בורא, און דערפאַר איז אַ סך בעסער איין שעה פון תשובה און מעשים טובים אין עולם הזה פון דעם גאַנצן תענוג אין עולם הבא. על דרך זה האָט די עבודה פון "זקן" (שלימות נפשו) קיין ערך ניט לגבי דער עבודה פון "בא בימים", וואָס דוקא דורך דער עבודה פון טאָן מיט וועלט פירט זיך אויס די כוונה פון דירה בתחתונים און דאָס ברענגט תענוג צום בורא.

דערפאַר האָבן די רביים אַזויפיל געמאָנט די אויספירונג פון דער כוונה עליונה דוקא אין ענינים תחתונים ביותר, ביז צו ענינים גשמיים וואָס פאַלן אונטער די שינויים פון זמן גאָר שטאַרק.

דער תכלית ועיקר העבודה פון דירה בתחתונים איז אין דער הייניטיקער צייט אַ סך מער ווי אַמאָל; דוקא איצט, אין אַ זמן פון חושך והעלם, און בפרט אין דער מדינה, וואו מ׳יאָגט זיך נאָך גשמיות, נאָך אַזעלכע גשמיות וואָס שטייען אין ענדערונגען, ביז דאָס דריקט זיך אויס אפילו אויךל אין לבושים, אַז יעדן טאָג דאַרף מען האָבן אַן אַנדער לבוש, און אויב מען טוט ניט אַזוי מיינט מען אַז עס פעלט אין שלימות. איז דוקא דאָ און איצט איז דער עיקר העבודה צו מאַכן פון די ענינים וואָס שטייען ביותר אין שינויים אַ דירה און אַ כלי צו "אני הוי׳ לא שניתי"לא.

ט

די עבודה פון "בא בימים" דאַרף זיין ניט נאָר בנוגע צו טאָן מיט אַ צווייטן, נאָר אויך בנוגע צו טאָן מיט זיך אַליין.

יעדער איד האָט געוויסע מצוות וועלכע ער איז מקיים שטאַנדהאַפטיק און דויערהאַפטיק: ביי איינעם איז עס די מצוה פון צדקה, וואָס אין איר איז ער מער איינגעוואוינט; ביי אַ צווייטן איז עס די מצוה פון קריאת שמע, וואָס אין איר איז ער שטענדיק אָפּגעהיט, און ביי אַ דריטן איז עס אַן אַנדער מצוה. פאַראַן אָבער מצוות וועלכע דער איד איז ניט מקיים אַלע מאָל גלייך, נאָר זיי ענדערן זיך ביי אים פון צייט צו צייט, און ניט אַלע צייטן זיינען גלייך. אויף די מצוות דאַרף ער אַ סך האָרעווען אויף צו מקיים זיין זיי ווי עס דאַרף צו זיין.

קען מען דאָך טראַכטן: צוליב וואָס זאָל איך האָרעווען אויף די ענינים וואָס האַלטן זיך ניט ביי מיר? ס׳איז דאָך בעסער צו אַריינלייגן מיין יגיעה און השתדלות אין די ענינים וואָס האָבן ביי מיר יאָ אַ קיום, און דורך דעם קען איך דאָך מער אויפטאָן. נאָך מער: דערפון וואָס די געוויסע מצוות האָבן ביי אים מער קיום און ווערן ביי אים ניט געענדערט איז דאָך (לכאורה אָדער באמת) אַ ראי׳ אַז זיי זיינען טיפער פאַרבונדן מיט נקודת נפשו, מיט זיין נקודת היהדות וואָס זי איז העכער פאַר שינויים – במילא איז דאָך דער שכל מחייב, אַז עס לוינט זיך בעסער צו אויסנוצן די כוחות אויף די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט נקודת נשמתו.

האָבן מיר אָבער די הוראה, אַז דער עיקר העבודה איז "בא בימים", דוקא מיט דער עבודה אין די זאַכן וואָס שטייען אין שינויים, פירט מען אויס די כוונה פון דירה בתחתונים. ווי עס שטייט אין כתבי האריז״ל און ס׳איז מבואר אין חסידותלב, אַז יעדער נשמה האָט איר באַזונדערע מצוה, אַן אויפגאַבע אויפצוטאָן אין ספּעציעלע ענינים, וואָס דורך זיי פירט זי אויס דעם תכלית פון איר אַראָפּקומען אין עולם הזה. און פון דעם גופא וואָס געוויסע ענינים קומען דעם אידן אָן שווער איז אַ באַווייז אַז אין זיי באַשטייט דוקא זיין עיקר אויפגאַבע; ווייל זיי זיינען עיקר תפקידו, שטעלט זיך דער יצר הרע שטאַרקער קעגן זיי, ניט צו דערלאָזן זייער דורכפירונגלג.

און דאָס מאָנט מען ביי יעדן אידן: ער זאָל ניט מיואש ווערן דערפון וואָס געוויסע ענינים פון תורה און מצוה זיינען ביי אים ניט גענוג דויערהאַפט און ער פילט אין זיי אַן אָפּשוואַכונג פון צייט צו צייט; און אפילו אויב עס פאַלן אים אריין ח״ו ספיקות אין ענינים פון אמונה, דאַרף ער אויך דערפון ניט ווערן ביאוש, נאָר אדרבה, ער זאָל האָרעווען אויף צו פאַרשטאַרקן אָט־די אַלע ענינים וואָס ענדערן זיך ביי אים – און אַז ער וועט אַזוי טאָן, וועט מען אים געוויס העלפן מלמעלה.

י

איצט וועט קלאָר ווערן דער לשון פון מאמר רז״ל "כשם שהן תמימים כך שנותם תמימים", און אויך די מעלה פון תואר "תמימים" אויף דעם תואר "צדיקים"לד; צדיקים קען מען אויך אָנרופן די וואָס טוען זייער עבודה אין קיום התורה און מצוות בלויז אין איין קו, ווי ס׳איז געווען אין די "שני אלפים תוהו". אָבער דער אויפטו פון תואר תמימים איז, אז זייער טאָן איז אַ גאַנצקייט, אין ביידע קוים צוזאַמען, דער סדר וואָס עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט די "שני אלפים תורה".

און דערפאַר איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס "הן תמימים" איז אַ סיבה אויף ״שנותם תמימים״: כשם ווי זיי זיינען "תמימים", אַז זייער עבודה איז אַ תמימה, און זיי מאַכן גאַנץ און פאַראייניקן די צוויי קוים וואָס זיינען קעגנגעזעצט איינער צום צווייטן, אַזוי איז אויך "שנותם תמימים", אַז אויך "שנותם" (שנה מלשון שינוי), די סאַמע נידעריקסטע ענינים המשתנים מאַכן זיי פאַר תמימים.

און דעריבער זיינען די חז״ל מתאר שרה׳ן (ביי איר פּטירה) מיט דער מעלה פון תמימים, ווייל פון אברהם ושרה האָט זיך אָנגעהויבן די הכנה צו מתן תורה, "שני אלפים תורה", דער סדר העבודה פון תורה תמימה, די גאַנצקייט און פאַראייניקונג פון פאַרשידענע קוים.

דאָס איז אויך מתאים מיט דעם פּירוש הפּשוט וואָס מ׳האָט פריער דערמאָנט, אַז דער טעם וואָס דער מדרש דערציילט, אַז ביי שרה׳ן איז געווען שנים תמימות, צוליב דער נייעס, וואָס הגם אַז "פּרחה נשמתה" צוליב בשורת העקידה, איז פונדעסטוועגן געווען שנותי׳ תמימות – איז עס אַזוי אויך אין פּנימיות הענין, ווי גערעדט פריער: "פּרחה נשמתה", איז אַ תנועה פון כליון, אַרויס פון וועלט און ציען זיך צו העכער, איז עס דאָך ניט אין סוג פון "בא בימים", פון טאָן אין וועלט, נאָר אין סוג פון "זקן שקנה חכמה"; שטרייכט ער אונטער דעריבער אין מדרש, אַז פונדעסטוועגן, צוזאַמען דערמיט איז ביי איר אויך געווען שנותי׳ תמימות, די עבודה פון "בא בימים".

יא

מ׳קען אויך זאָגן בהנ״ל אַ ספּעציעלע שייכות לויט דער קביעות פון האַי־יאָר, וואָס דער שבת איז אויך שבת מברכים חודש כסלו, דער חודש השלישילה אין וועלכן ס׳איז נתגלה געוואָרן פּנימיות התורה, און ענין פון פּנימיות התורה איז דאָך די שלימות ההתכללות פון ביידע קוים, ווי עם שטייט אין זוהרלו אויף פּנימיות התורה: "דלית תמן לא קשיא מסטרא דרע ולא מחלוקות מרוח הטומאה", דאָרט זיינען ניטאָ קיין קשיות און קיין מחלוקות, נאָר שלום והתכללות.

(משיחת ש״פ חיי שרה, מבה״ח כסלו, תשכ״ב)