אין מדרשא אויפן פסוק ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה, זאָגט ער, חמור זה מלך המשיח שנאמרב עני ורוכב על חמור וגו׳.
ביאת המשיח איז אָפּהענגיק פון עבודת הבירוריםג. ד. ה. אַז דורך דעם וואָס יעדער איד וועט מברר זיין זיין גוף און נפש הבהמית און זיין חלק אין עולם, און אויסנוצן זיי אין קדושה, דורך דעם וועט מען ממשיך זיין די גילויים פון לעתיד.
און דאָס איז דער המשך פון די פסוקים, עם לבן גרתי גו׳ ויהי לי שור וחמור – דורך דעם וואָס ביי יעקב'ן זיינען געווען די גשמיות׳דיקע זאַכן בבחינת גירות און ער האָט זיי געמאַכט כלים צו אלקות – גרתי כפשוטו, וואוינען אין זיי – דורך דעם איז ער שוין געווען גרייט צו משיח׳ן – ויהי לי גו׳ וחמור זה מלך המשיחד.
און צוליב דעם האָט ער געשיקט מלאכים צו עשו׳ן, דערציילן אים, אַז ער האָט שוין דורכגעטאָן אַלע בירורים, און איז גרייט צו משיח׳ן, רעכענענדיק, אַז אויך עשו איז שוין לאחר הבירורה, און אויך מצד עשו׳ן קען שוין קומען די גאולה.
אויף דעם האָבן אים די מלאכים געענטפערט, באנו אל אחיך אל עשו. פון דיין זייט איז ער שוין "אחיך" – ביסט שוין גרייט צו דער גאולה, אָבער ער פון זיין זייט איז נאָך "עשו", קודם הבירור ובמילא קען נאָך ניט קומען די גאולה.
תורה און אירע הוראות זיינען אייביק, פאַר יעדן אידן, אין יעדער צייט און אין יעדן אָרט.
די הוראה פון דעם אלעם איז:
יעדער איד דאַרף וויסן, אַז אפילו אויב מצד דעם אַרום, מצד דער וועלט, איז נאָך ניט ראוי עס זאָל שוין קומען די גאולה, וואָרום די וועלט איז נאָך ניט מבורר (נאָך ניט אויסגעאיידלט), אָבער ער פון זיין זייט – דאַרף צוגרייטן זיך מיט אַלע זיינע ענינים, צאן ועבד ושפחה, צו דער גאולה שלימה.
און די הכנה צו דעם איז – עם לבן גרתי. ער דאַרף וויסן אַז גאַנץ עולם הזה איז מער ניט ווי גרתי. גר אנכי בארץו.
די גאַנצע ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמונים שנהז, והיו ימיו מאה ועשרים שנהח, זיינען מער ניט ווי גרתי, און דעמאָלט איז די גשמיות ניט קיין סתירה צו רוחניות, און דורך דעם האָט ער שור וחמור צאן ועבד ושפחה אויך אין גשמיות.
און דורך דעם וואָס ער גרייט צו זיך מיט זיינע ענינים צו דער גאולה, פועל׳ט ער עס אויך אין וועלט, וואָרום דער עולם איז א שקולט (גלייך אויף גלייך), במילא איז מיט איין גוטער פּעולה וועט ער מכריע זיין די גאַגצע וועלט, און ברענגען די גאולה אין דער גאַנצער וועלט.
און ווי דער רמב״ם פסק׳נטי: ישראל שעושים תשובה מיד נגאלים (ווען אידן טוען תשובה ווערן זיי גלייך אויסגעלייזט). און דער אַלטער רבייא איז מוסיף׃ תיכף ומיד. במילא איז ניט קוקנדיק אויפן מצב פון וועלט, קען ער דורך תשובה פועל׳ן די גאולה הפּרטית ביי זיך, און אויך די גאולה הכללית אין דער גאַנצער וועלט.
אַלע ענינים זיינען דאָך בהשגחה פּרטית. די גאולה פון אַלטן רבי׳ן
מיט חסידות – י״ט כסלו תקנ״ט – איז געווען אין
דער וואָך וואָס נאָך שבת פ׳ וישלח, אין וועלכער עס זיינען די אויבנדערמאָנטע
הוראות.
חסידות גיט יעדן אידן דעם כוח אויף ניט רעכענען זיך מיט דעם מצב פון וועלט, דורכטאָן ביי זיך די עבודה פון עם לבן גרתי, ובמילא צוקומען צום ויהי לי גו׳ וחמור זה מלך המשיח.
חסידות איז אַ הכנה און אַ כלי צום גילוי המשיח, אז דורך יפוצו מעינותיך חוצה איז קא אתי מר, במהרה בימינו.
(מלוקט משיחות ש״פ וישלח, תשט״ז־ח"י)
אין דעם דערמאָנטן מדרש שטייט: וחמור זה מלך המשיח. איז ניט
פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס האָט יעקב מרמז געווען די גאולה העתידה אין דעם ענין פון
חמור דוקא? עס שטייט דאָך אין גמראיב כתיב
וארו עם ענני שמיא גו׳יג (אַז
משיח וועט קומען דורך אַ וואָלקן) וכתיב עני ורוכב על חמור (אַז משיח וועט קומען
אויף אַ חמור)? זכו עם ענני שמיא לא זכו עני רוכב על חמור (אַז אידן זיינען זוכה
וועט משיח קומען דורך אַ וואָלקן, אויב ניט – אויף אַן אייזל). איז לויט דעם נאָך
מער שווער, אַז דאָס וואָס יעקב איז געווען גרייט צו דער
גאולה העתידה איז דאָך דאָס געווען מצד דער שלימות פון זיין עבודה – ״זכו״, – איז
פאַרוואס האָט ער מרמז געווען משיח׳ן ניט אין ענין פון ענן נאָר אין דעם ענין פון
רוכב על חמור דוקא?
אין פרקי דרבי אליעזריד שטייט אַז דער חמור וואָס עס שטייט ביי משיח׳ן "עני ורוכב על חמור", איז דאָס דער זעלבער חמור וואָס עס שטייט ביי משה רבינו, וירכיבם על החמורטו, און דער זעלבער חמור וואָס עס שטייט ביי אברהם אבינו, ויחבוש את חמורוטז.
דאָס הייסט אַז אברהם, משה מיט משיח׳ן זיינען אַ המשך פון דעם זעלבן ענין, אברהם האָט אָנגעהויבן שני אלפים תורהיז, משה רבינו האָט מקבל געווען די תורה מסיני און איבערגעגעבן צו כל ישראליח (הגם דער פּסוק וירכיבם על החמור איז געזאָגט געוואָרן פאַר מתן תורה, אָבער דאָס שטייט דאָך ביי דעם ענין פון יציאת מצרים וואָס ס׳איז אַ הכנה צו מתן תורה, ווי עס שטייט בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזהיט), און דער תכלית פון מתן תורה וועט נתגלה ווערן דורך מלך המשיח.
פונדעסטוועגן איז דאָ אַ חילוק צווישן דעם שימוש (באַנוצן זיך) פון אברהם׳ן מיטן חמור און דעם שימוש פון משה׳ן, ביז דעם שימוש פון משיח׳ן.
ביי אברהם׳ן שטייט אַז דעם חמור האָט ער גענוצט אויף די עצים ומאכלת (די האָלץ און מעסער), ער אַליין מיט זיינע נערים זיינען געגאַנגען צו פוס, נאָר די עצים ומאכלת – ענינים וואָס העלפן צו צום מענטשן – האָט ער אַוועקגעלייגט אויפן חמור.
ביי משה רבינו שטייט, ויקח את אשתו ואת בניו וירכיבם על החמור – אשתו ובניו זיינען אַ סך נענטער צום מענטשן ווי עצים ומאכלת, וואָרום אשתו איז דאָך עזר כנגדוכ, כגופו דמיאכא, און ברא כרעא דאבוהכב, וואָס ירך איז דער נידעריקער טייל פון דעם מענטשן אַליין.
ביי משיח׳ן שטייט עני ורוכב על חמור, משיח אַליין וועט זיין רוכב על חמור.
דער ענין פון שימוש ורכיבה (רייטן) אויפן אייזל איז וואָס דורך דעם קען קומען דער מענטש מיט זיינע ענינים אין אַן אָרט, וואָס מצד זיין הויכקייט אָדער ווייטקייט, קען מען אָן דעם חמור ניט צוקומען אַהין.
אַזוי איז אויך בענין רכיבה על החמור אין רוחניות.
– וואָס חמור ווייזט אויף "חומר", ווי עס איז באַוואוסט דער טייטש פון בעל שם טובכג אויפן פסוק כי תראה חמור גו׳כד –
ד. ה. אַז דורך אויסאיידלען און אויסלייטערן די חומריות און גשמיות קען מען צוקומען און אויפהויבן זיך צו אַזאַ מדריגה וואָס די נשמה מצד עצמה קען אַהין ניט צוקומען, אַזוי ווי עס שטייט ורב תבואות בכח שורכה.
אין די צייטן פון אברהם אבינו, – דער אָנפאַגג פון די שני אלפים תורה, ד. ה. אין אָנפאַנג פון דער עבודה, – האָט דער גשם און חומר נאָך ניט געקענט מעלה זיין דעם אדם אַליין, וואָרום דער גשם אַליין איז נאָך ניט געוואָרן קדושה, ווי עס ווערט דערקלערט אין פילע ערטער אַז עס איז נאָך געווען די גזירה פון בני רומי לא ירדו כו'כו, עס האָט געקענט פּועל זיין מער ניט ווי אין די זאַכן וועלכע העלפן צו – עצים ומאכלת – אַז דורך דער עבודה פון מברר זיין דעם גשם, זאָלן זיי אין יענער צייט צוהעלפן צו קדושה.
ביי משה רבינו איז דורכן חמור געוואָרן אַן עלי׳ אין די ענינים התחתונים פון דעם מענטשן אַליין, וואָרום נאָך גלות מצרים און מתן תורה איז געוואָרן אַ זיכוך אויך אין חומר פון וועלט, ביז אַז דער גשם אַליין ווערט קדושה דורך דער מצוה.
– און ווי עס איז באַוואוסט דער אונטערשייד צווישן פאַר מתן תורה און נאָך מתן תורה. פאַר מתן תורה איז דער גשם ניט געווען קיין כלי וועלכע פאַראיינציקט זיך מיט רוחניות, און די עבודה איז באַשטאַנען נאָר אין דעם אַז די וועלט זאָל ניט מנגד זיין, און אפילו מסייע זיין צו די המשכות שעל ידי העבודה, אָבער אַז דער גשם אַליין, בפנימיותו זאָל ווערן קדושה, דאָס איז געוואָרן על ידי מתן תורה.
אַזוי ווי ביי די מקלות ורהטים פון יעקב, הגם אַז דורך דער עבודה פון מקלות און רהטים איז נמשך געוואָרן אַן אור אַזוי ווי דורך דער מצוה פון תפיליןכז, אָבער ס׳איז ניט געווען אין אַ פנימיות ובקליטה, והראי׳, אַז נאָך דער עבודה איז ניט געבליבן קיין אור אין די מקלות, ווייל אויך פריער איז דאָס ניט געווען בדרך קליטה והתאחדות.
אָבער נאָך מתן תורה, אַז מען טוט אַ מצוה מיטן גשם, ווערט דער גשם אַליין קדושה, ד. ה. גשמיות העולם ווערט אַ כלי צו אלקות. אָבער פונדעסטוועגן איז אויך דאַן די עלי׳ געווען מער ניט ווי אין די חלקים התחתונים של האדם – אשתו (כגופו) ובניו (ברא כרעא דאבוה), ביז אין די כחות הגלוים פון דער נשמה שירדו למטה ונתלבשו בגוף (וועלכע טוען זיך אָן אין אַ גוף). –
אָבער אין ביאת המשיח וועט זיך אויפטאָן אַ טיפערער ענין: עני ורוכב על חמור, עס וועט זיך אַנטפּלעקן די מעלה פון גוף איבער דער נשמה – אשת חיל עטרת בעלהכח, אַפילו אין חי׳ יחידה שבנפש וועט זיך אויך אויפטאָן אַן עלי׳ דורכן בירור פון דעם חומר.
אין ביאת המשיח וועט נתגלה ווערן דער אמת׳ער שרש פון יש הנברא, וואָס די אמיתית פון יש הנברא איז דער יש האמיתי, דערפאַר איז דורך בירור החומר, בירור יש הנברא – וועט זיך אויפטאָן אַן עלי׳ אויך אין דעם עצם הנשמה.
דאָס איז אויך דער רמז אין דעם מאמר רז״ל: זכו עם ענני שמיא לא זכו עני ורוכב על חמור – "זכו", דורך דער עבודה אין דברים זכים ורוחניים (קלאָרע און רוחניות׳דיקע זאַכן), וועט זיין עם ענני שמיא, אַ גילוי בדרך אור ישר מלמעלה למטה; "לא זכו", אויב די עבודה איז אין ענינים וועלכע זיינען נאָך ניט אויסגעלייטערט, ד. ה. ענינים גשמיים וחומרים, און מען וועט זיי מברר ומזכך זיין, דעמאָלט וועט זיין דער גילוי פון עני ורוכב על חמור, דער גילוי בדרך אור חוזר מלמטה למעלה, אַז דורכן חמור וועט מען צוקומען אין אַן אָרט וואָס די נשמה מצד עצמה קען אַהין ניט צוקומען.
און דאָס איז וואָס יעקב האָט געזאָגט ויהי לי שור וחמור, מצד זיין עבודה, דוקא מיט לבן׳ען – צו מברר צו זיין די דברים הגשמיים והחומריים – איז ער געווען גרייט צום העכסטן גילוי פון עני ורוכב על חמור.
(משיחת י״ט כסלו, תשח"י)