וועגן דעם וואָס עס שטייט "ולא יקרא שמך עוד יעקב כי אם ישראל יהי, שמך" זאָגט די גמרא1: דער וואָס רופט אברהם׳ען אברם איז עובר אויף דעם צוזאָג "ולא יקרא עוד שמך אברם", מען וועט ניט רופן מער דיין נאָמען אברם. פרעגט די גמרא: אויב אַזוי, איז דער וואָס רופט יעקב׳ן מיטן נאָמען יעקב, ניט ישראל, זאָל אויך עובר זיין אויף דעם צוזאָג פון "ולא יקרא שמך עוד יעקב", ענטפערט די גמרא, אַז אין דעם נאָמען יעקב איז אַנדערש ווי אין דעם נאָמען אברם, ווייל אַז השי״ת האָט געגעבן אברם׳ען דעם נאָמען אברהם, איז פון דאַן אָן ווערט ער אין דער תורה אָנגערופן נאָר מיט דעם נאָמען אברהם; אַנדערש איז אָבער מיט דעם נאָמען יעקב, אַז נאָכדעם ווי השי״ת האָט געגעבן יעקב׳ן דעם נאָמען ישראל, ווערט ער אין דער תורה אָנגערופן אויך מיט דעם נאָמען יעקב.
דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס טאַקע נאָכדעם ווי ער ווערט שוין אָנגערופן מיטן נאָמן ישראל ווערט ער שפּעטער גערופן אויך מיטן נאָמען יעקב?
אין חסידות איז מבואר2, אַז די צוויי נעמען יעקב און ישראל באַצייכענען צוויי מדריגות אין עבודת ה׳, וואָס ביידע מוזן זיין ביי יעדער אידן: עס זיינען פאַראַן צייטן ווען אַ איד דאַרף טאָן די עבודה פון "יעקב", און עס זיינען פאַראן צייטן ווען ער דאַרף טאָן די עבודה פון "ישראל". כאָטש ישראל איז אַ שם המעלה וואָס באַצייכנט אַ העכערע דרגא, מוז אָבער אויך זיין די עבודה פון יעקב.
דער חילוק צווישן די צוויי מדריגות פון יעקב און ישראל: יעקב ווייזט אַז די ברכות פון יצחק׳ן זיינען צו אים געקומען "בעקבה וברמי׳", ער האָט איבערגעקליגט און אַרויסבאַקומען יצחק׳ס ברכות פון עשו׳ן; און ישראל ווייזט אויף אַ העכערער מדריגה, וואו די ברכות קומען ניט צו אים אין אַן אופן פון רמאות, נאָר "בשררה וגילוי פנים"3.
"מעשה אבות סימן לבנים"4. אין מקרא יוצא מידי פשוטו אַז די ברכות זיינען געווען אויף ענינים גשמיים – "מטל השמים ומשמני הארץ וגו׳", און בכדי צו באַקומען אָט די ברכות האָבן זיך רבקה און יעקב מוסר נפש געווען און געטאָן פאַרשידענע עניני רמי׳; און יעקב האָט זיך געדאַרפט אָנטאן אין די בגדי נמרוד5, שהמריד את כל העולם כולו עליו במלכותו6, בכדי צו אַרויסנעמען און מעלה זיין צו קדושה די ניצוצות וואָס געפינען זיך אין די גשמיות׳דיקע זאַכן.
איז דערפון אַ הוראה פאַר אונז אין עבודה: דער צוגיין פון אַ אידן צו אכילה, שתי׳ און ענלעכע דברים גשמיים איז אין אַן אופן פון רמאות7. דער דרך פון אַ רמאי איז ניט צו אַנטפּלעקן די אייגענע כוונה, ער גייט לכאורה מיט דעם מנגד אין דער וועג וואָס יענער וויל, אָבער ווען עס קומט צו דער נקודה פון דעם ענין, טוט דאַן דער רמאי ווי ער וויל, וואָס דאָס איז פאַרקערט פון דעם רצון המנגד. און אַזוי דאַרף זיין דער צוגאַנג פון אַ אידן צו דברים גשמיים: אויסערלעך איז ער לכאורה פאַרנומען אין גשמיות – ער עסט און טרינקט, ער האַנדלט א. אַז. וו. – אָבער ער טוט עס לשם שמים און ער איז ניט אויסן די גשמיות כלל. ער איז זיך מתלבש אין די "בגדי עשו", אָבער ער טוט די אַלע גשמיות׳דיקע זאַכן מיט אַ כוונה פּנימית, אַרויסצוקריגן פון די דברים גשמיים די ניצוצות און מעלה זיין זיי אין קדושה.
אנדערש איז אָבער די עבודה פון ישראל; די ברכות מטל השמים ומשמני הארץ גו׳ זיינען צו אים געקומען "בשררה וגלוי פּנים"; ער דאַרף ניט באַהאַלטן די כוונה אלקית אין די דברים גשמיים, ווייל גשמיות האָט ניט מלחמה מיט עם, פאַרשטעלט ניט פאַר אים אויף דער ג־טלעכקייט וואָס אין זיי. על דרך ווי אַ איד עסט די סעודת שבת8 וואָס דערמיט אַליין איז ער מקיים אַ מצוה – ניט ווי עבודת הבירורים פון ששת ימי החול, וואו די אכילה איז נאָר לשם שמים, בדרך רמאות מיט אַ כוונה צוליב מעלה זיין אין קדושה – נאָר אין די גשמיות אַליין איז די קדושה בגילוי.
דאָס איז אויך וואָס עס שטייט ביי קריאת שם ישראל "כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל". "אלקים", געמיינט דאָ מלאכים9, מיינט בכללות דעם העלם פון די ע׳ שרים שלמעלה, וואָס דורך זיי גייט דורך די השפּעה פון די דברים גשמיים וחומריים10. וואָס זיי פאַרשטעלן אויף ג־טלעכקייט. פון דעם העלם פון "אלקים" קומט אַרויס דער גרעסערער העלם פון "אנשים", וואָס נידעריקע מענטשן לאַכן אָפּ פון אַ אידן וואָס איז מקיים תורה און מצוות11. ווי מיר זעען באַשיינפּערלעך אַז דעם העלם פון "אַנשים" איז שווערער צו אויפנעמען ווי דעם העלם פון "אלקים", פון גשמיות אַליין. וואָס דערפאַר איז דער ערשטער סעיף פון אַלע פיר טיילן שולחן ערוך: "שלא להתבייש מפּני בני אדם המלעיגים", ניט שעמען זיך פאַר די אָפּלאַכער, ווייל דאָס איז דער יסוד פון דער גאַנצער עבודה, צו ברעכן דעם העלם אויף אלקות.
די מעלה פון ישראל – "כי שרית עם אלקים ועם אנשים" מיינט, אַז ער איז אַ שר און בעל־הבית איבער דעם העלם פון "אלקים" און "אנשים". דאָס הייסט, אַז פאַר דער מדריגה פון "ישראל" זיינען זיי גאָרניט מסתיר. ניט נאָר זיי הערן אויף די מלחמה מיט עם, נאר נאָכמער, זיי גיבן אים נאָך דעם הסכם אַף די ברכות12, – ניט בלויז וואָס ער האָט מנצח געווען "שרו של עשו", נאָר דער שר האָט אים נאָך געבענטשט. ווי עס שטייט13: "גם אויביו ישלם אתו", ביז אַז אפילו דער גרעסטער "אויב", דער "נחש הקדמוני", – וואָס ער איז דער שורש פון אַלע חטאים ואויבים, – איז ניט בלויז וואָס ער שטעלט זיך ניט אַנטקעגן, נאָר "ישלם אתו", ער העלפט אים נאָך אַרויס.
דאָס איז אויך וואָס עס רעדט זיך אין לקוטי תורה14 דער חילוק צווישן יעקב און ישראל, מיוסד אויפן פסוק15: "לא הביט און ביעקב ולא ראה עמל בישראל״ – אַז אין דער מדריגה פון יעקב איז ניטאָ קיין "און" (ער האָט ניט קיין חטא און איז גאַנץ אין מחשבה דיבור ומעשה), אָבער "עמל" האָט ער יאָ, ער מוז האָרעווען אויף דעם אַז ער זאָל ניט האָבן קיין "און", ווייל ער האָט העלמות והסתרים וועלכע ער דאַרף בייקומען. וואָס דערפאַר רופט מען אים "יעקב עבדי״16 – פון לשון עבודה ויגיעה, צו מברר זיין דעם נפש הבהמית (ניט מער וואָס קיין "און" האָט ער ניט, ווייל סוף־כל־סוף שטאַרקט ער זיך און איז מנצח דעם יצר הרע). אָבער אויף דער מדריגה פון ישראל, שטייט "ולא ראה עמל בישראל", אַז ער דאַרף גאָרניט האָרעווען און מלחמה האַלטן מיטן יצר הרע, ווייל "שרית עם אלקים ועם אנשים", ער האָט שוין באַהערשט און מבטל געווען אַלע העלמות והסתרים אויף ג־טלעכקייט. דערפאַר איז די עבודה פון "ישראל" ניט אין אַן אופן פון מלחמה (מיט לעומת זה), נאָר זיין גאַנצע עבודה איז צו שטייגן אַלץ העכער, בעילוי אחר עילוי, אין די מדריגות פון קדושה גופא – "ילכו מחיל אל חיל".
כ״ק מו״ח אדמו״ר האָט דערציילט, אַז דער רבי דער צמח צדק איז אַמאָל, אינמיטן פון אַ פאַרברענגען, אַרויפגעשפּרונגען, פון גרויס התרגשות, אויפן טיש און געזאָגט: "מה לי קטלה כולה (גע׳הרג׳עט דעם יצר הרע אינגאַנצן), מה לי קטלה פלגא17 (אַ האַלבן, אַ טייל) – אָבער קטלה פּלגא על כל פּנים דאַרף זיין". נאָך אַ משך זמן פון פאַרברענגען און ריקודים האָט ער ממשיך געווען: אַז בשעת מען קומט צום "הרגו" (ווען מ׳הרג׳עט שוין דעם יצר הרע), ולבי חלל בקרבי18, ווערט אַ נייער אופן אין לעבן.
אָט די צוויי פּתגמים פון צמח צדק ערקלערן די צוויי אויבן־דערמאָנטע דרגות פון יעקב און ישראל: אין דער דרגא פון יעקב, וואו עס דאַרף נאָך זיין מלחמה מיטן יצר הרע, ״קטלה פּלגא״, – איז עס אַ געמאַטערט לעבן; אָבער אין דער דרגא פון ישראל, וואו ער האָט שוין אינגאַנצן גע׳הרג׳עט דעם יצר הרע, "קטלה כולה", ווערט אַ נייער אופן אין לעבן – חיים נעימים און חיי תענוג.
די צוויי מדריגות אין דעם אופן העבודה פון יעקב און ישראל זיינען אָפּהענגיק אין די צוויי דרגות פון נפש האלקית. יעקב איז "י׳ עקב"19, עס לייכט ביי אים בלויז דער "עקב", די נידעריקערע מדריגה, פון דער נשמה, דערפאַר איז מעגלעך אַז זיין גוף ונפש הבהמית זאָלן מעלים זיין אויף דעם אור הנשמה, און ער דאַרף מלחמה האַלטן מיט זיי; אָבער ישראל איז "לי ראש"20, עס איז ביי אים מאיר דער "ראש" פון דער נשמה, דאַרף ער ניט האָבן קיין מלחמות – "כי שרית עם אלקים ועם אנשים ותוכל".
בכללות איז ישראל די מדריגה פון צדיקים, און יעקב איז מדריגת הבינונים, "מדת כל אדם"21. בפרטיות אין מדת כל אדם גופא, איז, ווי אויבן דערמאָנט, די מדריגה פון יעקב – די עבודה פון די וואָכן־טעג און די מדריגה פון ישראל – די עבודה פון שבת. אויך ביי צדיקים גופא זיינען פאַראַן די צוויי מדריגות פון ישראל און יעקב (לויט זייער ערך). ווי עם איז פאַרשטאַנדיק פון דער גמרא – אַז אפילו נאָכדעם ווי יעקב (אויך אַלס פּרט) איז אָנגערופן געוואָרן ישראל, רופט׳ן עם צייטנווייז אויך יעקב (אויך אַלס פרט).
און וויבאַלד אַז אויך די מדריגה פון יעקב איז פאַראַן ביי יעדער אידן, סיי ביי כל אדם, בינונים, און סיי ביי צדיקים, דעריבער איז אויך נאָכדעם ווי יעקב איז צוגעקומען צו דער מדריגה פון גערופען ווערן מיטן נאָמן ישראל, איז "הדר אהדרי׳ קרא", אַז עס בלייבט אויך דער נאָמען יעקב, ווייל אויך שפּעטער איז פאַראַן די עבודה פון יעקב.
ווי געזאָגט פריער, איז – "לא הביט און ביעקב". כאָטש "עמל" איז יאָ פאַראַן ביי דער מדריגה פון יעקב, ווייל די מלחמה מיטן יצר הרע איז אַ שווערע האָרעוואַניע און איז פאַרבונדן מיט סכנה, האָט ער אָבער דעם כח צו מנצח זיין די מלחמה און זיין ריין פון יעדער "און". וואָרום יעדער איד איז "נצר מטעי מעשה ידי", און איז אַ "חלק אלוקה ממעל ממש" (ער איז כביכול אַ חלק פון דעם אויבערשטן); און פּונקט ווי ס׳איז ניט שייך אַז עמעצער זאָל ח״ו געוועלטיקן אויף דעם אויבערשטן, אַזוי כביכול האָט קיינער קיין שליטה ניט אויף אַ אידישער נשמה אויב נאָר ער וויל דאָס ניט; אַ איד האָט אַלעמאָל דעם כח מנצח צו זיין די מלחמה, און נאָך מערער, ער האָט די הבטחה, אַז ער וועט טאַקע סוף־כל־סוף מנצח זיין די מלחמה בפועל׃ "לא ידח ממנו נדח"22 (עס וועט קיין איד ניט פאַרשטויסן ווערן ח״ו פון דעם אויבערשטן), "כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא"23.
אויך די פאַרזיכערונג (ווי אַלע ענינים אין תורה) איז נוגע צו עבודה בפּועל איצט. די פאַרזיכערונג וואָס מען האָט, אַז סוף־כל־סוף וועט מען די מלחמה מנצח זיין, דאַרף צוגעבן שטאַרקייט און שמחה אין טאָן די עבודה, וואָס אָט די שמחה העלפט צו דעם נצחון און אויך דערצו – אַז ער זאָל קומען פריער. ווי דער פּתגם פון כ״ק מו״ח אדמו״ר24: "אַ סאָלדאַט... כאָטש ער גייט דאָך אין אַ מקום סכנה, גייט ער מיט אַ ניגון פון שמחה... ער גייט מיט שמחה און דאָס מאַכט אים פאַר אַ מנצח".
און דעריבער זאָגט מען מוצאי שבת׃ "אל תירא עבדי יעקב וכו׳" – ווי ער איז מבאר דאָרט אין לקוטי תורה25 – ווייל שבת זיינען דאָך אידן אין דער בחינה פון "ישראל", דאַרפן זיי דאַן ניט אָנקומען צו דער עבודה און האָרוואַניע צו מברר זיין בירורים. אָבער מוצאי שבת, ווען מען דאַרף ווידער אַראָפּנידערן צו זיין אין דער מדריגה פון "יעקב עבדי", אין דער עבודת הבירורים פון ששת ימי החול, איז מען דאַן מכריז מלמעלה צו יעדן אידן: "אל תירא עבדי יעקב", ער זאָל ניט מורא האָבן צו אַראָפּקומען אין דער דרגא פון "יעקב עבדי"; און דאָס איז ניט נאָר אַן אָנזאָג – דו זאָלסט ניט מורא האָבן, נאָר מיט דעם גיט מען אויך כח ועוז ניט צו מורא האָבן און טאָן די עבודה מיט שמחה, וואָס די שמחה וועט פאַרגרינגערן און פאַרשנעלערן די אַרבעט, צו זען "שכר טוב בעמלו", די גוטע באַצאָלט פון זיין האָרוואַניע, ביז מ׳וועט זוכה זיין צום "יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים".
(משיחת יו"ד שבט תשח״י)