אין דער היינטיקער סדרה ווערט דערציילט מיט אַ גרויסער אריכות, ווי יעקב אבינו זייענדיק בבית לבן, האָט זיך באַזונדערס אָפּגעגעבן מיט "צאן" – סיי זיין עבודה דאָרט איז געווען אַלס רועה צאן, און סיי דער שכר וואָס לבן האָט אים פאַר דעם געצאָלט לבסוף איז געווען מיט צאן;
אַזוי אַז זיין (עיקר) רכוש איז געווען צאן און פון דעם איז ער נתעשר געוואָרן – "ויפרוץ האיש מאד מאד ויהי לו צאן רבות (און דורך דעם צאן האָט ער אויך געהאַט) ושפחות ועבדים וגמלים וחמורים"1, ווי רש״י2 איז מפרש: "מוכר צאנו בדמים יקרים ולוקח לו כל אלה"3.
פונדעסטוועגן זעט מען אַז אין פ׳ וישלח4, ביי דער שליחות פון יעקב צו עשו׳ן, ווערן דאָרט די פרטי הרכוש פון יעקב אויסגערעכנט מיט דעם סדר: "ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה גו׳״ – ״צאן״ נאָך ״שור וחמור״5 – און ניט צאן אַלס ראשית ועיקר קנינו; ובפרט אַז עס איז אויך ניט ווי פריער, ווען דער פסוק דערציילט ווי יעקב איז אַנטלאָפן פון לבן׳ען, וואָס עס שטייט6 "וינהג (פריער) את כל מקנהו (און ערשט דערנאָך) ואת כל רכושו גו׳ מקנה קנינו7 גו׳".
יעדער ענין אין תורה, איז אַ הוראה נצחית פאַר יעדער איד׳ן בכל מקום ובכל זמן. ובפרט די "מעשה אבות" וועלכע ווערן דערציילט אין תורה8 – ועל אחת כמה וכמה אַן ענין וואָס פאַרנעמט כמעט אַ גאַנצע סדרה – וואָס זיינען "סימן לבנים", אַ נתינת כח צו דער עבודה פון די "בנים", בני אברהם יצחק ויעקב.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די פרטים הנ״ל אין יעקב׳ס פאַרנעמען זיך מיט צאן
– (א) אַז דוקא "צאן" האָט געבראַכט דעם "ויפרוץ האיש מאד מאד"; (ב) לאידך, כאָטש אַז "צאן" איז געווען עיקר רכושו, האָט ער אָבער פאַרביטן (אַ טייל פון) זיין צאן אויף "שפחות ועבדים וגמלים וחמורים", (ג) אין זיין שליחות צו עשו׳ן האָט ער דערמאָנט "צאן" נאָך ״שור וחמור״ –
זיינען דאָ אין דער עבודה רוחנית פון יעדער אידן.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס עס שטייט אין מדרש9 וועגן דעם פארבונד צווישן אידן מיטן אויבערשטן: ״הוא לי לאב ואני לו לבן . . הוא לי לרועה . . ואני לו לצאן". איז ידוע די שאלה אין דעם: וויבאַלד אַז אידן זיינען ווי אַ "בן" צום אויבערשטן, וואָס קען דאָ צוגעבן דאָס וואָס זיי זיינען ווי ״צאן״ – ואדרבא, וואָס פאַר אַן ערך האָט די חביבות פון צאן ביי זייער רועה לגבי דער חביבות פון אַ בן ביי זיין אב?
שטייט אויף דעם דער ביאור10, אַז היא הנותנת:
דאָס וואָס מ׳רופט אַן אידן בשם "בנים", ווייזט אַז זיי זיינען אַ מציאות לגבי דעם "אב" (דעם אויבערשטן); און אע״פ אַז דער פאַרבונד פון אַ נשמה מיטן אויבערשטן איז ניט ווי אַ "בן" למטה וואָס "נהי׳ מהות בפ״ע" פון דעם אב, נאָר די נשמה איז "כולא חד (מיטן אויבערשטן) ואינה נפרדת ממנו ית׳ כלל"11 – איז דאָך אָבער דער עצם תואר "בן" אַ באַווייז, אַז דאָס איז כאילו ווי אַ צווייטע מציאות (ניט דער "אב"), און זיין מציאות וחביבות האָט אַן ערך ותפיסת מקום ביים אב – וואָס דאָס קען מען זאָגן נאָר לגבי דעם אור אלקי פון סדר השתלשלות12, וואָס איז אַ שורש ומקור אויף נבראים, און דערפאַר זיינען זיי דאָרט תופס מקום.
אָבער לגבי דעם אור אלקי שלמעלה מהשתלשלות, איז – "גם בן ואח אין לו״13 – עס איז ניט שייך צו זאָגן אַז ס׳איז דאָ וועלכע ס׳איז מציאות אויסער אים; און לגבי אים ווערן אידן (וחביבותם) פאַרגליכן צו צאן, וואָס זייער מציאות (ווי אויך זייער חביבות) האָט ניט קיין ערך לגבי דעם מהות פון רועה.
אָבער לאידך גיסא, איז דאָס גופא אַ באַווייז אויפן גודל העילוי פון אידן, אַז אויך אין דער דרגא פון אלקות וואו ס׳איז ניטאָ קיין נתינת מקום אויף דער מציאות פון נבראים – "גם בן ואח אין לו״ – אויך "דאָרטן" איז דאָ די חביבות צו אידן14;
נאָר די חביבות זייערע איז ניט מצד זייער ״מציאות", נאָר פאַרקערט – מצד זייער עוצם הביטול צום אויבערשטן, וואָס דוקא דער ביטול איז אַ כלי צום אור אלקי שלמעלה מהשתלשלות, כמש״נ15 "מרום וקדוש אשכון ואת דכא ושפל רוח".
און אויך דער ענין – דער עוצם הביטול – איז מרומז אין דעם וואָס אידן זיינען געגליכן צו צאן. וואָרום, ווי מ׳זעט במוחש, איז אין צאן דאָ די טבע הביטול מער ווי באַ אַנדערע מיני בהמה16.
די צוויי תוארים פון אידן – "בן" און ״צאן״ – זיינען מרמז אויף צוויי אופנים אין עבודת האדם17:
בחי׳ בן איז די עבודה פון לימוד התורה, וואָס עיקרה איז – די הבנה והשגה שבמוח (אין וועלכער דער אדם הלומד פילט זיך אַלס אַ מציאות – ער נעמט תורה דורך זיין פאַרשטאַנד).
און אע״פ אַז כדי ער זאָל בלימודו מכוון זיין צו אמיתתה של תורה, צו חכמתו ית׳, מוז ער שטיין אין אַ תנועה פון ביטול – דוקא דורך "ונפשי כעפר לכל תהי׳" קען זיין "פתח לבי בתורתך"18 (וכידוע בענין "ברכו בתורה תחלה״19) – איז דאָס נאָר וואָס דער ביטול איז אַ יסוד והקדמה צו לימוד התורה; אָבער דער לימוד התורה גופא איז דאָך (ניט מיט ביטול, נאָר פאַרקערט) מיטן כח השכל דוקא.
"צאן" ווייזט אויף דער עבודה פון "בירורים". "צאן" איז פון לשון ״יציאה״20 – "אַרויסגיין" פון די ד׳ אמות של תורה און פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם צו מאַכן פון זיי אַ דירה לו ית׳ בתחתונים.
און דוקא די עבודה ברענגט אַרויס דעם אמת׳ן ביטול פון אַ אידן צום אויבערשטן – די יציאה ("צאן") פון זיין מציאות. וואָרום דאָס איז אַן עבודה וואָס אַ איד טוט זי ניט צוליב זיך, צוליב זיין שלימות און עלי׳
(וואָרום, אדרבה, דער עצם פאַרנעמען זיך מיט עניני העולם איז אַ ירידה פאַר אים, ער דאַרף מפסיק זיין פון לימוד התורה, אין וועלכן עס זיינען אַריינגעטאָן זיינע העכערע און איידלערע כחות הנפש, און זיך מתעסק זיין אין עניני עשי׳)
נאָר בלויז כדי צו אויספירן דעם אויבערשטנ׳ס כוונה, לעשות לו ית׳ דירה בתחתונים21.
דערמיט וועט מען פאַרשטיין דעם קשר ושייכות פון ענין הצאן צו עבודתו של יעקב בבית לבן.
דער חילוק צווישן עבודת יעקב אין דעם זמן וועגן וועלכן עס רעדט זיך אין פ׳ תולדות און עבודתו ווי זי ווערט אַרויסגעבראַכט אין פ׳ ויצא22:
אין פ׳ תולדות רעדט זיך וועגן דער צייט וואָס עבודת יעקב איז געווען בבחי׳ ״בן״ – "ויעקב איש תם יושב אהלים", "אהלו של שם ואהלו של עבר"23; און אויך בסוף הסדרה, וואו עס ווערט דערציילט אַז יעקב האָט געמוזט אַנטלויפן פון בית אביו, איז ער ניט אַוועק פון אהלה של תורה, נאָר אדרבה, "נטמן בבית עבר י״ד שנה"24 און דאָרט געלערנט תורה.
אין פ׳ ויצא אָבער רעדט זיך וועגן דעם ווי ויצא יעקב, ער איז אַרויס פון די ד׳ אמות של תורה און איז אָנגעקומען קיין חרן – חרון אף של מקום בעולם25, אין בית לבן הארמי; און דאָרט האָט ער געאַרבעט אַלס רועה פון צאן לבן (אויך) כפשוטו, און אין אַן אופן פון "בכל כוחי עבדתי גו׳"26 (ביז אַז מ׳לערנט אָפּ27 פון יעקב׳ן ווי אַזוי אַ פועל דאַרף אַרבעטן פאַר זיין בעה״ב);
און דוקא די עבודה – אַז ניט קוקנדיק אויף דעם גודל ההעלם וההסתר בבית לבן, איז יעקב ניט נתפעל געוואָרן, און "עם לבן הרשע גרתי, ותרי״ג מצות שמרתי"28, און ער האָט דאָרט אויפגעשטעלט די שבטים שבטי י״ה אין אַן אופן פון "מטתו שלימה״29 – די עבודה האָט אַרויסגעבראַכט דעם תכלית הביטול פון יעקב׳ן.
וי״ל אַז דאָס איז דער טעם (פנימי) וואָס דער עיקר פונעם רכוש וואָס יעקב האָט פאַרדינט און מיטגענומען פון בית לבן איז געווען צאן דוקא – ווייל אין "צאן" איז מרומז דער עילוי רוחני צו וועלכן ער איז צוגעקומען דורך עבודתו בבית לבן – דער ענין הביטול30, כנ״ל.
[און דאָס איז אויך דער דיוק הלשון ״ויפרוץ האיש מאד מאד״ – פון לשון פורץ גדר – ווייל דורך ביטול (צאן) איז מען פורץ די גדרים פון סדר השתלשלות און מען קומט צו צום אור אלקי וואָס האָט ניט קיינע הגבלות – "מאד מאד" (ב׳ פעמים "מאד")31;
ביז – ווי חסידות32 טייטשט אָפּ די פסוקים33 "והחליף את משכורתי עשרת מונים גו׳ אם כה יאמר נקודים יהי׳ שכרך גו׳ עקודים גו׳״ למעליותא – אַז יעקב בעבודתו האָט ממשיך געווען "עצמות רצון המאציל" וואָס איז העכער פון התחלקות וציור, און דערפאַר האָט זיין שכר געקענט נחלף ווערן פון איין ציור צום צווייטן].
כשם ווי אין דער עבודה פון "בן", וואָס ענינה איז מיט הבנה והשגה ("מציאות"), מוז אויך זיין דער ענין הביטול (כנ״ל ס״ד) – עד״ז איז אויך לאידך גיסא, אַז אין דער עבודה פון "צאן", וואָס (עיקרה) איז ביטול, מוזן זיין (די פעולות פון) אַלע כחות הנפש, זיין "מציאות";
ואדרבה: מיט ביטול ושפלות אַליין קען מען ניט לוחם זיין קעגן דעם העלם והסתר העולם, נאָר עס מוז זיין – ווי די הוראה אין אָנהויב פון אַלע פיר חלקי הטור (ושו״ע34) – "עז כנמר גו' גבור כארי", אַז מ׳דאַרף נוצן די מדת העזות35 "שלא להתבייש מפני בני אדם המלעיגים", און די מדת הגבורה "להתגבר36 על יצרו לנצחו כגבור המתגבר על שונאו לנצחו ולהפילו לארץ"37.
נאָר דערביי דאַרף מען זיך באַוואָרענען, אַז דאָס זאָל געטאָן ווערן אַלס תוצאה פון זיין ביטול צום רצון העליון. אויב די גבורה וכו' איז מצד זיין אייגענער ישות, איז
(נוסף אויף דעם, וואָס ווען מ׳איז לוחם מיטן תוקף פון דער אייגענער מציאות, קען מען ניט וויסן ווער וועט מנצח זיין די מלחמה, ס׳איז מעגלעך אַז דער צד שכנגד האָט אין זיך מערער פון דעם סוג עזות און שטאַרקייט – איז)
דאָס היפך הקדושה, ובמילא קען אַזאַ הנהגה ניט זיין קיין ריכטיגער סיוע אין זיין מלחמה מיט מלעיגים און מנגדים לתורה ומצות,
דוקא ווען ער פירט זיך אַזוי דערפאַר וואָס אזוי האָט אים תורה געהייסן, דאַן איז דאָס די עזות וגבורה וואָס איז מנצח דעם מנגד.
ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער טעם פנימי וואס דער טור (און אַזוי אויך דער אַלטער רבי בשולחנו38) ברענגט אויך דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר "עז כנמר כו׳״ – "יהודה בן תימא":
דאָס קומט צו מרמז זייןלח*, אַז די הוראה פון "עז כנמר כו׳" איז אַ הנהגה ראוי׳ ווען זי קומט פון "יהודה בן תימא" – יהודה מלשון הודאה, די עבודה פון הודאה וביטול39; און ס׳איז ניט מספיק אַז דער ביטול זאָל זיין בלויז ווי אַ הקדמה בתחילת העבודה, נאָר דער ״יהודה״ דאַרף זיין ״בן תימא״ – דער ביטול דאַרף זיך (נאָכאַנאַנד) "אַרויסזאָגן" אין דער הנהגה פון "עז כנמר כו׳"40. וואָרום וויבאַלד אַז מען שטייט אין דער תנועה פון עזות וגבורה קען מען אַריינפאַלן אין פשוט׳ער עזות פון ישות ח״ו41.
און דאָס איז דער ביאור אין די פרטים הנ״ל (סעיף א׳ וב׳) אין צאן יעקב:
אע״פ אַז כללות עבודתו (ורכושו) איז געווען צאן (ביטול), כנ״ל, האָט ער זיך אָבער דערמיט ניט באַנוגנט, נאָר ער האָט אויך אַריינגענומען אין זיין רכוש ״שפחות ועבדים וגמלים וחמורים״ – ווייל כדי צו דורכפירן כדבעי די עבודת הבירורים, (ובפרט דערנאָך די בירורים פון עשו), זיינען נויטיק אַלע פאַרשידענע פרטי ואופני העבודה (וועלכע זיינען מרומז אין די ענינים הנ״ל42).
נאָר אין דעם זיינען געווען צוויי באַוואָרענישן:
א) די הגדלת הרכוש מיט די פרטים נוספים האָט יעקב קונה געווען מיט און דורך דעם (אומבייט פון דעם) צאן – זיי זיינען ניט געקומען ווי אַן עבודה פאַר זיך, נאָר אַלס תוצאה פון עבודת הביטול.
ב) אויך נאָכדעם האָט ער ניט פאַרקויפט דעם גאַנצן צאן און פאַרביטן מיט אַנדערע קנינים, נאָר אדרבה, דער צאן איז אויך דעמאָלט געבליבן עיקר רכושו. וואָרום אויך ווען מ׳איז אַריינגעטאָן אין דער מלחמה מיטן העלם והסתר העולם, וואָס פאָדערט תוקף וגבורה גו', מוז בלייבן דער הרגש הביטול אַן ענין עיקרי.
עפ״ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס אין דער שליחות צו עשו׳ן ווערט דער פרט פון "צאן" ניט געשטעלט אַלס ערשטער פון די אויסגערעכענטע פרטי הרכוש – כאָטש אַז דאָס איז געווען עיקר רכושו:
מיט זאָגן "ויהי לי שור וחמור צאן ועבד ושפחה" האָט יעקב געוואָלט דערמאָנען די זכיות43 און כוחות נעלים וואָס וועלן אים ביישטיין, און דערמיט אָפּשרעקן עשו׳ן פון צו טאָן וואָס עשו האָט געוואָלט טאָן.
און דעריבער האָט ער ניט מקדים געווען דעם פרט פון צאן, וואָס ווייזט אויף טבע הביטול והשפלות וההכנעה – ווייל כדי צו אָפּשרעקן עשו׳ן, דאַרף ער (עשו) בעיקר און צום אַלעם ערשטן דערהערן דעם תוקף פון יעקב44; ער דאַרף טאַקע וויסן אַז ביי יעקב איז דאָ צאן – ד.ה. ענין הביטול, ובמילא איז זיין תוקף ניט קיין אייגענער, נאָר ס׳איז אַ תוקף דקדושה – אָבער מיט וואָס שרעקט מען אים אָפּ – מיט תוקף.
דאָס איז אָבער נאָר בנוגע צו דעם וואָס דער צד שכנגד דאַרף דערהערן. פאַר זיך אַליין דאַרף מען וויסן און געדענקען דעם אמת, אַז דער תוקף איז אַ תוצאה פון ביטול, ואדרבה – דער עיקר רכוש פון אַ אידן איז צאן דוקא.
די איינפאַכע הוראה פון כל הנ״ל (בדורנו זה) איז: עס מוז זיין דער סדר עבודה פון ״ויצא״ – אַרויסגיין און ליכטיק מאַכן די וועלט. מען דאַרף און מען מוז פריער האָבן די הכנה פון לימוד התורה באהלי שם ועבר, מ׳דאַרף אָבער צוקומען צו "ויפרוץ האיש מאד מאד", מלאו את הארץ וכבשוהו45, מוז מען אַרויסגיין אין "ארץ" און פאַרנעמען זיך מיט באַלייכטן די וועלט46.
ואדרבה, "בעתים47 הללו בעקבתא משיחא" איז דער עיקר העבודה דוקא אין עשי׳, משא״כ בזמן הש״ס ווען עס איז געווען אין תלמוד תורה, ע״ד דעם פסק דין אין שו״ע48, אַז היינטיקע צייטן איז ניטאָ די מציאות פון "תורתו אומנתו" (די דרגא פון רשב״י וחביריו), אפילו ניט ביי אַ מיעוט פון אידן – ווייל עיקר העבודה בזמן הזה איז אין עשי׳, מעשה הצדקה.
ובפרט בדורנו זה, וואָס אָט די התעסקות – צו אויפזוכן אידן וואָס בלאָנדזשען אין חושך הגלות און זיי אַוועקשטעלן בקרן אורה פון נר מצוה ותורה אור – באַשטייט בעיקר ניט אַזוי אינעם אויפטו צו מאַכן פון אַן עם הארץ אַ למדן, פון אַ קלענערן למדן אַ גרעסערן, פון אַ מקיל במצות אַ ירא־שמים בתכלית, נאָר אין דעם ענין פון הצלת נפשות ממש!
מען איז מציל דעם נפש פון דעם אידן ובניו גו', עד סוף כל הדורות, אַז זיי זאָלן בלייבן אידן און פירן זיך (אָנהייבענדיג עכ״פ בנוגע למעשה) ווי אַ איד דאַרף זיך פירן.
נאָך אַ נקודה אין דעם: כדי אַז די עבודה זאָל זיין בהצלחה רבה, מוז עס געטאָן ווערן מתוך ביטול; מ׳דאַרף עס טאָן כדי צו אויספירן די שליחות פון אויבערשטן צו באַלייכטן דעם חושך הגלות.
בשעת מען טוט די עבודה מתוך ביטול, איז זי ניט אויסגעמאָסטן לויט די מדידות והגבלות פון טבע און געשמאַק; ס׳איז באַ אים ניטאָ קיין גרויסע נפק״מ וואוהין דער אויבערשטער שיקט – אין יעדער אָרט ומצב וואו די השגחה עליונה פירט, און באַ יעדן סוג אידן מיט וועלכע ער קומט אין פאַרבינדונג, לייגט ער זיך אַריין מיט אַלע כוחות און בכל התוקף צו אויפשטעלן "תלמידים הרבה"49, למעלה ממדידה והגבלה, אין אַן אופן פון "ויפרוץ האיש מאד מאד".
און בשעת מען גייט מיט דער הנחה אַז מ׳דאַרף אויספירן דעם אויבערשטנ׳ס שליחות, איז מען מצליח מיט אַלע סוגי תלמידים – "אם כה יאמר נקודים גו׳" און "אם כה יאמר עקודים גו' ", איז – "וילדו כל הצאן גו׳ ״, אַלע תלמידים וואַקסן אויס כדבעי, און נאָכמער "פרות ורבות יותר משאר צאן״50, און ס׳איז ״מטתו שלימה״ – ס׳איז ניטאָ קיין דופי ח״ו אין בניו־תלמידיו.
און דאָס גרייט צו יעדן איד און אַלע אידן צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס באַ דער גאולה וועט קיין איין איד ניט בלייבן אין גלות, ווי דער יעוד "ואתם תלוקטו לאחד אחד בני ישראל"51, און "קהל גדול ישובו הנה"52, בקרוב ממש.
(משיחת יו״ד כסלו תשל״ז)