ב"ה, ד' ניסן תשכ"ה
ברוקלין.
מרת חסיא תחי'
ברכה ושלום!
נאך א ליינגערן איבעררייס איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון כ"ט אדר שני מיט דאס בייגעלייגטע, אין וועלכען איר שרייבט אז השם יתברך האט אייך געהאלפען און האט דורכגעפירט אייער האַרץ פארלאנג צום גוטען, צו אפשרייבען אייער הויז לטובת אגודת חב"ד, פארן צוועק צו זיין דארט א בית תפלה ולימוד התורה.
און זיכער איז דאס א גוטער אנהויב צו פארפולקאַָמען די זאך אזוי אז איר אליין בא אייער לעבען זאלט הנאה האבען און געניסען די פרייד אין דעם, און איינטיילנעמען אליין מיט אייער מאן שי' אין די תפלות אין דעם בנין.
און ווי באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אויף דעם וואס שטייט, עולמך תראה בחייך, צו פארטיילען די ענינים פאר צדקה תורה ומצות באַם לעבען, און דאס איז אויך א סגולה צו אריכות ימים ושנים טובות,
און מיר זיינען צוגעזאגט געווארען אין ענליכע פאלען, אז ווען מען באשליסט מיט א שטארקייט, העלפט השם יתברך צו דורכפירען דאס מיט פיל ווייניגער שוועריקייטען ווי מ'האט זיך פאַָרגעשטעלט, און מ'טוט דאס מיט גוטען געזונט גוטע שטימונג און מיט אמת'ע פרייד.
און מיר געפינען זיך דאך אין דעם חדש ניסן, חדש הגאולה, באפרייאונג פון אלע שטערונגען וועכלע זיינען אין וועג, צו אויספילען דעם גוטען ווילען אין דער פולסטער מאס.
בברכה לבשורות טובות בכל האמור ולחג פסח כשר ושמח.
ח'תתקסג
מרת חסיא: גולדנברג, נתני'.
פאַרן צוועק . . בית תפלה: ראה גם לקמן אגרת ח'תתקפא.
דער וואַָרט: ראה גם לעיל חכ"א אגרת ז'תתפ, ובהנסמן בהערות שם.


Start a Discussion