ב"ה, ל"ג בעומר, ה'תשכ"ב
ברוקלין, נ.י.
צו די חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד איבעראַל, און צו די אַנטיילנעמער אין דער זיבעטער יערלעכער קאַָנווענשאַָן בפרט
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
די יערלעכע קאַָנווענשאַָן קומט הייאַָר פאַָר גלייך נאַָך שבת-חזק, דער סיום פון ספר ויקרא, וועלכער ווערט אַָנגערופן תורת-כהנים און ספר-הקרבנות. און איך האַָף אַז דאַָס וועט געבן דעם ריכטיקן „טאַָן" צו דער קאַָנווענשאַָן.
דער געדאַנק דערפון איז:
אידן בכלל, און יעדער איד בפרט, דאַרף זיין ענליך צו אַ „כהן", ווי דער אויבערשטער האַָט אַָנגעזאַָגט: ואתם תהיו לי ממלכת כהנים (איר וועט זיין צו מיר א קעניגרייך פון כהנים). פונקט ווי אַ כהן איז אויסדערוויילט געוואַָרען כדי אַָפצוגעבן זיך מיט דער הייליקער עבודה, ניט נאַָר פאַר זיך נאַָר אויך פאַר זיינע ברידער, דעם גאַנצן אידישן פאַָלק, אַזוי איז יעדער איד אויסדערוויילט געוואַָרן צו דינען דעם אויבערשטן און האַָט אויך אַ פאַראַנטוואַָרטלעכקייט לגבי דעם אַרום.
עבודת ה' - דינען דעם אויבערשטן - מיינט ניט אויסטאַָן זיך און אויסשליסן זיך פון וועלט; עס מיינט דינען דעם אויבערשטן אין דער וועלט און מיט דער וועלט - אַָנהייבענדיג פון דער אייגענער הויז, וועלכע פירט זיך אַזוי, אַז די שכינה זאַָל דאַָרטן רוען - ווי דער פסוק זאַָגט: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.
דאַָס ווערט דערגרייכט דורך אַן אויפפירונג ענליך צו קרבנות.
דער ענין פון קרבנות איז געווען: מ'האַָט גענומען זאַכן פון זיין אייגענטום - אַ שעפס, מעל, בוימעל, וויין, זאַלץ א.ז.וו. - און דערפון געמאַכט אַ קרבן: אַ קרבן-עולה, אינגאַנצן פאַר ג-ט, אַ קרבן-שלמים, וואַָס נאַָכדעם וואַָס מ'האַָט מקריב געווען אַ טייל אַפן מזבח, האַָט דער כהן און דער איד וואַָס האַָט געבראַכט דעם קרבן געגעסן, געגעסן בטהרה.
אויף דעם וועג דאַרף זיך פירן אַ אידישע הויז אין אַלע אירע איינצעלהייטן, און דאַן רוהט דאַָרט די שכינה, און עס איז אַ הויז געבענשט בגשמיות וברוחניות.
פאַרווירקלעכן דאַָס אין לעבן - היינגט אַָפ צום גרעסטן טייל און דאַָס איז די הויפט אויפגאַבע פון דער אידישער פרוי, די עקרת-הבית: אַריינצובריינגען די שכינה אין דער היים און אין דעם פאַמיליען-לעבן, און צו דערציען די קינדער אין דעם גייסט.
דער אויבערשטער זאַָל העלפן אַז איר זאַָלט דורכפירן אייער אויפגאַבע אין דער פולער מאַָס און מיט חסידישער וואַרעמקייט און לעבעדיקייט.
און אַזוי אַרום אויך דערנעענטערן די צייט ווען דער בית-המקדש וועט ווידער אויפגעבויט ווערן און די עבודה וועט ווידער אויפגעריכט ווערן, ווען עס וועט קומען די גאולה האמתית והשלימה דורך משיח צדקנו, במהרה בימינו.
מיט אַ וואונש און ברכה אַז די קאַָנווענשאַָן און אַלע חברות בכלל זאַָלן דערפילען דאַָס אַלעס אויבענדערמאַָנטע מיט הצלחה בשמחה ובטוב לבב.
מנחם שניאורסאהן
ח'תיז
נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 683 והושלמה עפ"י צילום האגרת.


Start a Discussion