ב"ה, מוצאי שבת פרשת שקלים, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דעם יערלעכן לאַָנטשאַָן פון דעם נ.י. קאַָמיטע פאַר דעם סמינאַר למורות ובית ספר מקצועי לבנות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו
ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

ס'איז באַוואוסט דער וואַָרט פון דעם אַלטן רב'ין, דער גרינדער פון תורת חב"ד, אַז מ'דאַרף לעבן מיט דער צייט, געמיינט מיט דער סדרה פון דער וואַָך, מיט די ענינים וועגן וועלכע זי דערציילט. מען קען און מ'דאַרף אַרויסלערנען פון זיי - בנוגע צו פערזענלעכער אויפפירונג און וואַָס מ'דאַרף טאַָן פאַר זיך און פאַר יענעם.

אין די סדרות פון די וואַָכן ווערט דערציילט ווי אידן, מענער ווי פרויען, האַָבן זיך בייגעשטייערט מיט גרויס בעגייסטערונג, שנעלקייט און אין דער פולסטער מאַָס פאַר דעם אויפשטעלען דעם משכן, וואו עס האַָט גערוט דעם אויבערשטענס שכינה.

איינע פון די אַָפלערנונגען פון דעם איז:

יעדע מצוה און תורה זאַך - וואַָס דאַָס איז דאַָך אַן אַָנזאַָג פון דעם אויבערשטען - דאַרף און מוז אַרויסבריינגען אַ באַלדיגען און וואַרעמען אַָפרוף באַ יעדען און יעדערע, און ספעציעל ווען עס איז פאַרבונדען מיט ערציאונג פון אידישע טעכטער אין אמת'ן אידישן גייסט - און צוגרייטן זיי אַזוי, אַז ווען עס וועט קומען די צייט צו דעם, זאַָלן זיי בויען זייער פאַמיליע לעבן און אויפשטעלען הייזער אויף וועלכע מ'זאַָל קענען מיט רעכט זאַָגן אַז דאַָס איז אַ הויז וואו עס רוהט די שכינה.

איך האַָף אַז איר אַלע וועט טאַָן אין דער אויבענדערמאַָנטער ריכטונג און אויך אַריינציען פריינד און באַקאַנטע אין דעם, און השם יתברך זאַָל אייך מצליח זיין.

בברכה אויף הצלחה און צו גוטע בשורות.