ב"ה, ערב שבת-קודש פ' יתרו, ה'תשכ"ב
ברוקלין, נ.י.
צו די אַנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון מרכז הישיבות „תומכי תמימים" ליובאַוויטש
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך האַָף אַז אַלע וועלכע זיינען געקומען זיך פאַראייניקן מיט מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש צו דער געלעגנייהט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, האַָבן מיטגעבראַכט מיט זיך דעם גייסט פון דער סדרה, די סדרה פון עשרת הדברות און מתן תורה, וואַָס מען האַָט געלייענט שבת, אַ טאַָג פאַר דער אונטערנעמונג.
* * *
די עשרת הדברות פאַראיינציקן אין זיך צוויי, אויפן ערשטן אויגנבליק, העכסט פערשידענע גרונט-געזעצן: די ערשטע געבאַָטן, אנכי, לא יהי' לך, א.ז.וו. דריקן אויס און אַנטפלעקן די טיפסטע געדאַנקען פון אחדות השם; די אַנדערע אַָבער - אַנטהאַלטן אַזעלכע פשוטע געבאַָטן ווי לא תרצח און לא תגנוב, וואַָס זיינען אייגנטלעך זעלבסטפאַרשטענדלעך אפילו פאַרן דורכשניטלעכן מענטשלעכן פאַרשטאַנד.
אַָבער דער אמת איז, אַז אויב מען זאַָל איבערלאַָזן די מאַָראַלישע געזעצן, אפילו די „זעלבסטפאַרשטענדלעכע", צום מענטשלעכן פאַרשטאַנד, אַָן זייער ג-טלעכן יסוד און קראַפט, קען דער מענטשלעכער פאַרשטאַנד, מצד אייגן-ליבע, זיי אַזוי צעדרייען, ביז אַז אַן עבירה ווערט אויסגעטייטשט גאַָר אַלס אַ „מצוה". אויסטייטשנדיק די געבאַָטן פון „לא תרצח" און „לא תגנוב" פון שטאַנדפונקט פון אייגענער גונסט, האַָבן פיל פעלקער פון דער וועלט און פיל יחידים גע'כשר'ט זייערע אַבשויליכע צוועקן, שוין אַָפגערעדט פו באַרעכטיגן די מיטלען, ווי צו צוקומען צו דעם צוועק - ווי ס'איז, צו אונזער באַדויערן, קלאַָר באַוויזן געוואַָרן - און ספעציעל אין די גאַָר לעצטע יאַָרן.
אויב אַָפוואַרפנדיק, אַָדער אפילו אַָפטיילנדיק, דעם „אנוכי" און „לא יהי' לך" פון „לא תרצח" און „לא תגנוב", האַָט מען ניט געקענט אויסהיטן די מענטשהייט פון רציחה און גניבה אויפן ברוטאַלסטן אופן, איז דאַָך געוויס אַז מען קען ניט אויסהיטן פון „לא תרצח" און „לא תגנוב" אין אַן „איידעלערן" אופן, ווי שפיכת-דמים דורך המלבין פני חברו, און גניבת-דעת אד"ג.
די עשרת הדברות אונטערשטרייכן, און די דערפאַרונג האַָט עס מערמאַָלט באַשטעטיקט, אַז אפילו די איינפאַכסטע געזעצן פון מאַָראַל און עטיק מוזן האַָבן דעם ג-טלעכן יסוד פון אנוכי און לא יהי' לך - און נאַָר דאַן האַָבן זיי אַ קיום.
דאַָס אויבנדערמאַָנטע איז אויך דער הויפט צוועק און די אויפגאַבע פון חינוך על טהרת הקודש: איינצופלאַנצן אין אונזערע קינדער זייער דרך חיים לויט דער תורת חיים - אַ לעבנס-וועג, אין טאַָג-טעגלעכן לעבן, אויפן פעסטן באַָדן פון תורה און מצוות, וועלכע גיבן דעם אמת'ן אינהאַלט אין לעבן און זיינען צוגלייך דער לעבנסקוואַל פון יעדער אידן און פון אַלע אידן.
* * *
די מייסדים פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש - רבותינו נשיאינו ובפרט דאַָ אין אַמעריקא - כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האַָבן געגרינדעט די ליובאַוויטשער ישיבות אַזוי אַז זיי זאַָלן שטענדיק, אומעטום און אין אַלע צייטן, פאַרקערפערן אין זיך דעם דאַָזיקן יסוד מיט אַ טיפערן פאַרשטאַנד און טיפערן געפיל, ווי דאַָס ווערט באַלויכטן און ערקלערט אין תורת החסידות. דאַָס האַָט באַשאַָנקן די ליובאַוויטשער ישיבות און די ליובאַוויטשער תלמידים מיט אַ ספעציעלע אייגנאַרטיקייט און ספעציעלע פאַרדינסטן.
ס'איז דערפאַר אַ ספעציעלער זכות צו האַָבן אַ פערזענלעכן חלק אין די ליובאַוויטשער ישיבות - דורך העלפן זיי, ניט נאַָר צו האַלטן די טירן אַָפן און אַָנהאַלטן זייער צושטאַנד ווי ער איז יעצט, נאַָר אויך צו דערמעגליכן זייער אויסברייטערונג און פאַרצווייגונג לויט דער ערנסטער פאַָדערונג און הכרח השעה.
און השם יתברך זאַָל באַגליקן אַלע פריינט און שטיצער פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאַוויטש, זיי און זייערע פאַמיליען, שליט"א - אין אַלעס וואַָס זיי נויטיגן זיך, בגשמיות וברוחניות.
בכבוד ובברכה
מנחם שניאורסאהן
ח'שלח
נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 670 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
די עשרת הדברות: ראה גם לקמן אגרת ח'תכט. ח'תרסד.


Start a Discussion