ב"ה, מוצאי שבת מברכין חדש שבט, אור כ"ד טבת, ה'תשכ"ב
יום ההילולא של רבנו הזקן, ברוקלין, נ.י.
צו דער צווייטער יערליכער פאַרזאַמלונג פון דער ליידיס אוקזילערי פון דער ישיבה תומכי תמימים, אין מאנטרעאל,
ה' עליהן תחיינה.
ברכה ושלום!
אין ענטפער אויף דער מיטטיילונג וועגען דער באַשטימונג פון דער צווייטער יערליכער פאַרזאַמלונג פון אייער ליידיס אוקזילערי אויף יום ד' חדש שבט הבע"ל.
השם יתברך זאַָל העלפען עס זאַָל זיין מיט פיל הצלחה, סיי בכמות - די מער צאַָל איינטיילנעמער - און סיי באיכות - גרעסערע און מערערע ביישטייערונגען -
און געוויס וועט מען זיך ניט באַנוגענען מיט דעם, און מוועט צוגעבען אין דעם, כהנה וכהנה.
וואַָס אויב אין יעדער תקופה און אין יעדער אַָרט, איז דער אַָנזאַָג פון תורתנו הק' להעלות בקדש - צו שטייגען אין הייליקייט - על אחת כמה וכמה, אין אונזער תקופה, און אין די מדינות, וואַָס די פאַָדערונג איז זייער גרויס.
און ס'איז איינפאַך און פאַרשטענדליך, אַז ווען די נויטיקייט ווערט גרעסער, ווערט אויך צוגעגעבען אין די כחות און מעגליכקייטען, און די מיטהילף פון אויבען, שהרי טוב וישר ה',
און מיר געפינען זיך דאַָך געציילטע טעג פון דעם יאַָרצייט הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, וועלכער האַָט זיך מוסר נפש געווען פאַר פאַרשפרייטען אידישקייט תורה ומצות בכלל און תורת החסידות ועניני' בפרט, וועלכער איז מעורר ר"ר צו ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אייער אַרבעט לטובת די ישיבה תומכי תמימים.
און השי"ת זאַָל העלפען איר זאַָלט טאַָן אין דעם מתוך שמחה וטוב לבב אמיתיים ופנימים.
בברכה צו אַלע איינטיילנעמער אין דער אסיפה, זיי מיט זייערע פאַמיליעס שיחיו.


Start a Discussion