ב"ה, כ"ב מ"ח, תש"כ
ברוקלין.
מר אליעזר דניאל שי'
שלום וברכה!
באַשטעטיג די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון י"ג חשון, וועמענס אינהאַלט איז איבערגעגעבן געוואָרען צו אונזער ביוראָ אין פּאַריז, וואָס דאָרט ווערען קאָנצעטרירט אַלע ענינים וועלכע זיינען פאַרבונדען מיט טעטיקייטען אין אירופא, איינגעשלאָסען אויך די גרינדונג און אָנפירונג פון ישיבות און חינוך בכלל.
וואָס איר שרייבט, וועט די אַקאונטען עקזאַמינעס וואָס איר דאַרפט דורכגיין,
בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו הצלחה אין דעם, און זעלבסט פארשטענדליך, אַז אייער פעסטער באַשלוס, אויף צו-צוגעבען אין ענינים פון תורה ומצות, אין טאָג טעגליכען לעבען, איז דאָס די וועג און כלי צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך, און וואָס אַלץ מער מ'גיט צו, אַלץ מער וועט צוגעגעבען אין די ברכות פון השם יתברך.
וואָס איר שרייבט, וועגען באַזוכען זומער אַ ליובאַוויטשער ישיבה, און אויך וועגען דעם בחור, וואָס ליידער, לעצטענס, פירט ער זיך ניט אויף ווי געהעריג, און אפשר וועט ער אויך וועלען באַזוכען אין די זומער חדשים, אין אַ ישיבה,
דאַרפט איר זיך פאַרבינדען מיט דער ישיבה, וואו איר זייט געווען, ד.ה. ישיבה לוד, וואָס דורך דעם וועט זיין גרינגער דעם בחור וועלכען וועגען איר שרייבט, צו צוגעוויינען זיך דאָרט.
מיין ענטפער אויף אייער פאָריגען בריף, האָט איר זיכער זיינער צייט באַקומען.
בברכה לבשורות טובות,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
א. קווינט
מזכיר
ח'רד
מצילום האגרת.
מר אליעזר דניאל: מאירס, ראטערדאם.



Start a Discussion