ב"ה, י"ד מ"ח, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

אייער בריף איז זיינער צייט אַָנגעקומען, און האַָב אויך באַשטעטיגט די ערהאַלטונג אין מיין שנה טובה בריף, די וואַָכען פון חדש תשרי און די ערשטע נאַָך דעם, איז בכלל מעגליך צו ענטפערן נאַָר אויף די בריף, וועלכע זיינען נוגע צו מעשה בפועל, און דעריבער איז אַָפגעלייגט געוואַָרען דער ענטפער אויף אייערע טענות איבער דעם מצב פון אידישקייט אין ארצות הברית, אויף אַביסעל שפעטער, וואַָרום ליידער איז דאַָך דאַָס פאַרלויפיג ניט נוגע אַזויפיל לפועל.

אַן אַלגעמיינער ענטפער איז, אַז די אַלע טענות, באַפרייען קיינעם ניט וועלכער קען יע טאַָן, און נאַָך מער, אַז דאַָס וואַָס יענער טוט ניט וואַָס ער דאַרף טאַָן אַָדער טוט ניט אין דער פולסטער מאַָס, באַרעכטיגט ניט צו נאַָכטאַָן יענעם אַזוי, און אפשר אדרבה, וויבאַלד אַז יענער טוט ניט און איך זעה דאַָס, איז דאַָך באַווייזט דאַָס, אַז איך דאַרף טאַָן אין דעם, אויך יענעמס חלק, וויבאַלד אַז איך קען יע טאַָן אין דעם, פאַרשטענדליך, אַז דאַָס געמיינט ניט נאַָר אייך אַליין, נאַָר אויך מיר ובתוך כלל ישראל, און פון דעם אַנדער זייט, זייט איר אויך אין דעם כלל.

וואַָס איר שרייבט אין שלוס פון אייער בריף, אַז איר זייט פאַרמוטשעט, איך האַָב שוין געשריבן איינעם, אַז ניט איצטער איז די צייט אויף דעם, דאַָס איז גוט אין רוהיגע צייטען: מען גייט שפאַצירען, לייענען פייפערס, קען מען זיך ערלויבען צו זיין פאַרמוטשעט, און ניט טאַָן, אַָבער אין אַזאַ מדינה ווי אַמעריקא, וואו עס געפינט זיך דער גרעסטער קבוץ פון אידען, איז ניטאַָ קיין צייט אויף דעם, צו זיין פאַרמוטשעט, און אויף דער פראַגע, וואו מען נעמט כחות, איז דער ענטפער, אַז די אַלע זאַכען וואַָס השם יתברך האַָט געהייסען טאַָן, גיט ער די כחות אויף דעם, דער אונטערשייד איז נאַָר אין דעם סדר: אַמאַָל קומען פריער די כחות און נאַָך דעם די פעולות, און טיילמאַָל איז דער סדר אומגעקערט, פריער דאַרף קומען די אַרבעט און די כחות ווייזען זיך שפעטער, און עס איז ניט כדאי די טרחה צו אַריינטראַכטען וואַָס זאַָל קומען פריער, און מען דאַרף אויסניצען די צייט, צו אַריינוואַרפען זיך אין דער אַרבעט, אַָדער אין דער פאַָרזעצונג פון דער אַרבעט, מיט מער כחות און דענסטמאַָל געפינען זיך באַ זיך אַליין מער כחות ווי מען האַָט זיך פאַָרגעשטעלט אין פאראויס, ווי ערקלערט אין מיין מכתב כללי לראש השנה.

איך בין געווען צופרידען וואַָס מען האַָט איינגעאַָרדענט באַ אייך אַ סעודת מלכא משיחא, און השי"ת זאַָל העלפען אַז בקרוב ממש זאַָל מען פראַווען מיט עם צוזאַמען אַזעלכע און ענליכע מסיבות.

בברכה לבשו"ט.

ח'קלו

מהעתק המזכירות.

מו"ה ברוך: ליטווין. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תשסד, ובהנסמן בהערות שם.