ב"ה, אדר"ח כסלו, תשי"ג

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שמואל זאנוויל שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריף פון ב' חיי שרה אין וועלכען איר בעט א ברכה צו דעם וואס אייך איז שווער צו איינשלאפּען און שרעקט זיך, און איר פרעגט מיין מיינונג אין דעם:

לויט מיין מיינונג דארפט איר אינגאנצען מסיח דעת זיין פון דעם, און זעהען וואס פריער צו בודק זיין די תפילין, ציצית און אויך די מזוזות אין אייער דירה, צי זיי זיינען כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך זאלט איר נעמען אויף זיך - בלי נדר - צו אפּהיטען די תקנה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו זאגען יעדער טאג נאך דאוונען אין דער פריה א שיעור תהלים - ווי דער תהלים איז פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש - און יעדער וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פריה צו געבען א פראנק אויף צדקה, און אויך זעהען אז עס זאל ניט דורכגיין א טאג אין וועלכען איר זאלט ניט לערנען לכל הפחות עטליכע פסוקים חומש פון דער סדרה פון דער וואך, און עפעס א לימוד פון תורה שבעל פה, וועלכעס עס איז אייך געשמאקער, און איך האף אז איר וועט זיך צונויפריידין מיט אנ"ש דליובאוויטש וועלען זיי אייך געבען א גוטע עצה אין דעם.

מען מוז קענען אויף אויסוויינינג עפעס פון תורה און לכל הפחות א פאר קאפיטלעך תהלים און משניות, און ווען עס דאכט זיך אייך עפעס א שרעק אדער ניט קיין פרייליכע מחשבה זאלט איר דענסטמאל איבערטראכטען א קאפיטל תהלים אדער א משניות וואס איר ווייסט אויף אויסוויינינג, און זיכער וועט איר דענסטמאל פילן זיך גוט און וועט מיר אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

בברכה,

בשם כ"ק אדמ"ר שליט"א,

מזכיר

ז'תתקכח

נדפסה בקונ' „צדי"ק למלך" א ע' 63.

מוה"ר שמואל זאנוויל: נוסבאום.