ב"ה, כ"ה תמוז תש"ב

כבוד ידידינו וו"ח אי"א, עסקנים חרוצים רבי מעשה
חובבי תורה ורודפי צדקה וכו' אגודת חב"ד ולעידיס
עקזילערי בעיר נוארק, נ.דזש.
ה' עליהם יחיו,

שלום וברכה!

מיט גרויס דאנק באשטעטיגען מיר די ערהאלטונג פון אייער חשובע ביישטייערונג פון $10.00, וואס מיר האבען ערהאלטען דורך ידידינו הרה"ג הרה"ח התמים המצוין, איש אשכולות ורב פעלים, מוהר"ר משה פנחס נ"י כץ.

עם פרעהט אונז צו זעהן אייער גוטע און ווארימע אינטערעסירונג אין אונזער וויכטיגע ארבעט, און מיר האפען, אז איר וועט אויך ווייטער ארויסווייזען אייער גוטע אינטערסירונג און מיטהילף, אין דער דאזיגער ארבעט, ניט נאר מיט אייער חשובע ביישטייערונג נאר אויך דורך פארשפּרייטען די „שמועסן" וואס ווערט ארויסגעגעבן מאנאטליך דורכ'ן מרכז לעניני חנוך, כדי אריינצוברענגען א גרויסע גייסטיגע השפּעה אין אייער שטאדט. ותבוא עליכם ברכה. זייענדיג באקאנט מיט אייער טיכטיגע ארבעט אויפ'ן געביט פון תורה און חנוך, זיינען מיר פעסט מיט דער האפנונג אז איר וועט בעהשי"ת פיעל אויפטאן דורך פארשפּרייטען די „שמועסן" צווישען די יוגענד פון אייער שטאט.

בברכת לאלתר לתשובה - לגאולה,

מרכז לעניני חנוך

מנחם שניאורסאהן

ז'תשסו

מצילום האגרת.