ב"ה, כ"א תמוז, תשכ"א

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שאול שי'

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון דעם ועד המסדר, וועגען דער התועדות וואס איר האט איינגעאָרדענט, אין פארבינדונג מיט די ימי הסגולה ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז, באפרייאונג טעג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און וואו עס האט זיך גערעט דברי תורה, חזרת מאמר דא"ח און אויך דברי התעוררות.

און השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע פילע יאָרן זאָלט איר איינטייל נעמען אין דער איינארדנונג פון אזעלכע התועדות'ן, און מ'זאל נעמען פון זיי - ווי ס'איז דער צוועק פון יעדער חסידות'שע התועדות - די התעוררות אויף א גאנץ יאר, צו טאן אין ענינים פון אידישקייט תורה ומצות מתוך שמחה וטוב לבב מיט חסידות'שע התלהבות.

און מ'זעהט דאָך, אז אפילו נאָר איינער, ווען ער וויל אויף א אמת און טוט אין דאָס אויבען געזאָגטע, איז ער מצליח אין יעדער שטאט און מדינה וואו ער זאָל ניט זיין, און בפרט אז ס'זיינען פראן נאָך מיטהעלפער, וואָס דענסטמאָל איז דאָס נאָך מער בהצלחה.

בפ"ש צו די אלע וועלכע האָבען זיך באטייליגט אין דער התועדות ובברכה אז בתוך כלל ישראל זאָלען מיר אלע זוכה זיין צו דעם קיום היעוד וועלכעס איז צוגעזאָגט געוואָרען פון זכרי' הנביא בשם ה', און דאָס זאָל זיין בקרוב, צום הרביעי וגו' יהי' לבית יהודא לששון ולשמחה ולמועדים טובים (זכרי' ח, יט).

בברכה לבשו"ט.

נ.ב.

בייגעלייגט פון דאָס לעצטענס ערשינענע, וואָס זיין אינהאַלט איז נוגע דעם גאנצען יאר.

ז'תשח

מו"ה שאול: שיפרין, פריסקא. אגרת נוספת אליו - לעיל חי"ד ד'תתקפז.